מכתב יומי

יא אייר תשפ

May 05 2020

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אמור, י"א אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


געלויבט דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט מיר שטענדיג און יעצט אז מיין זון שלמה נרו יאיר האט זוכה געווען צו א בן זכר למזל טוב, בין איך געווארן א זיידע; דער אייבערשטער זאל העלפן ביי דיר אויף שמחות געזונטערהייט, אמן.


מארגן נאכט וועט מען טיילן עסן פאר משפחות אין ישיבה; די עסן איז פאר פרויען זיי זאלן האבן כח אנצוגיין מיט זייער ארבעט אין שטוב. זע אז דיין ווייב זאל קענען באקומען עסן; דו האסט עסן איבערן קאפ, געב אכטונג אז זי זאל נישט ווערן אויסגעהונגערט, זי זאל אויך האבן עפעס עסן.


אז מען רעדט פון עסן זאלסטו נישט פארגעסן צו געבן עפעס עסן פאר דיין אויסגעהונגערטע נשמה; דיין נשמה דארף משניות, דיין נשמה דארף תהילים, דאס איז עסן פאר די נשמה, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כג): "וואויל איז דעם מענטש וואס עסט יעדן טאג אפאר פרקים משניות, טרינקט קאפיטלעך תהילים, און טוט זיך אן מיט מצוות ומעשים טובים".


אויך זע צו וואשן דיין נשמה יעדן טאג; אזוי ווי דו וואשט דיין גוף יעדן טאג דארף אויך דיין נשמה א גוטע באד. ווען א מענטש טובל'ט זיך זיין גוף אין מקוה דעמאלט נעמט מען די נשמה און מען טובל'ט עס אויבן אין הימל, עס ווערט אפגעוואשן פון אלע שלעכטס. דאס איז דער ערשטער תיקון; ווען דער הייליגער רבי האט מגלה געווען דעם תיקון הכללי האט ער געזאגט: "דאס ערשטע איז מקוה (שיחות הר"ן, סימן קמא)". אויך האט דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה געזאגט: "מקוה איז די זעלבע לשון ווי תקוה, אז מען גייט אין מקוה האט מען א תקוה אז מען וועט אלעס פאררעכטן".


דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אז ער איז צוגעקומען צו אלע זיינע מדריגות ווייל ער איז געווען זייער נזהר צו גיין אין מקוה יעדן טאג. אזוי אויך איז באוואוסט וואס דער הייליגער רבי אהרן קארלינער זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "מקוה איז טאקע נישט קיין מצוה, אבער צו וואס מקוה קען צוברענגען קען נישט קיין שום אנדערע מצוה נישט צוברענגען".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.