מכתב יומי

ז אייר תשפ"א

April 19 2021

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת אחרי קדושים, ז' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך גייט אויך צוויי סדרה'ס - אחרי קדושים; אז מען הייבט אן זונטאג מעביר סדרה זיין, מען גייט יעדן טאג דורך אביסל פון די פרשה - איז מען זוכה יעדע וואך מקיים צו זיין די מצוה פון מעביר סדרה זיין, מען איז אפגעהיטן פון אלע שלעכטס.


כאפ זיך אריבער צו קברי צדיקים; אין יעדע שטאט זענען דא קברי צדיקים, ביי קברי צדיקים קען מען זיך אביסל עפענען דאס הארץ, זיך אביסל אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים, הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶֹה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכַךְ", אפילו א מענטש איז נישט ווערד מען זאל צוהערן זיינע תפילות, אבער ביי קברי צדיקים נעמט מען אן אלע תפילות פון יעדן איינעם.


פרייטאג פארטאגס בין איך געווען ביים אוהל, איך האב זיך געקענט אביסל אויסגיסן מיין הארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.