מכתב יומי
ל ניסן תשפ"א
April 12 2021
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת טהרה, א' דראש חודש אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
א גוט מארגן, א גוט חודש; היינט איז מען מסיים מסכת שקלים, איך האף אז דו וועסט זיך מיט כאפן מיט אונזער סדר, דו וועסט אנהייבן מארגן מסכת יומא; עס איז א שיינע מסכתא, א רייכע מסכתא. די גמרא וועט דיר פרייליך מאכן, עס וועט דיר באשיצן פון אלעם שלעכטס.
אז דו פארשטייסט נישט קיין לערנען - זאלסטו זאגן די ווערטער; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", מען דארף נישט ביים לערנען מער ווי זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", פון זיך אליינס וועט געשען אז מען וועט פארשטיין, און אז מען וועט נישט פארשטיין דאס ערשטע מאל וועט מען פארשטיין ביים צווייטן מאל, און אז מען וועט נאכאלץ נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל וועט מען ביים דריטן מאל פארשטיין, "וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ", און אויב וועט מען שפעטער אויך נישט פארשטיין, "מַה בְּכָךְ", איז וואס? "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל", ווייל דאס אז מען לערנט אסאך איז מער חשוב פון אלעס, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה יט.): "לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר", א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.
נעכטן נאכט בין איך געווען אין מאנסי, מיר האבן זיך צאמגענומען אין שטוב פון האברך היקר ... נרו יאיר צו א סעודת ראש חודש און סיום מסכת שקלים. איך האב זייער הנאה געהאט, עס איז מיר א גרויסע שמחה צו זען ווי תלמידים און אנשי שלומינו קומען זיך צאם יעדע נאכט לערנען דעם בלאט גמרא, איך האב דארט געטראפן אסאך תלמידים פון ישיבה און אויך פרישע מקורבים אנגעפילט מיט חיות, וואס זייער גאנצע לעבן איז פון רבי'ן.
איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט מיר שרייבן דיינע שיעורים, ווייל זה חלקי מכל עמלי; זען ווי דו לערנסט און דו דינסט דעם אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.