מכתב יומי

ט חשון תשע"ח

October 29 2017

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, ט' מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת אינדערפרי נאכן דאווענען ביי סיפורי מעשיות, האבן מיר פארגעלערנט מעשה ב', אז די בת קיסר פלעגט ארויף קריכן ביינאכט אויף א בוים זיך צו באשיצן פון די חיות רעות; מיר האבן ארום גערעדט איבער דאס וואס שטייט אין תיקוני זוהר (תיקון נב): "עֵץ דָא צַדִּיק", דער צדיק ווערט אנגערופן א בוים; אזוי ווי מיר זעען ביי משה רבינו, ווען ער האט געשיקט די מרגלים קיין ארץ ישראל האט ער זיי געזאגט זיי זאלן קוקן (במדבר יג, כ): "הֲיֵשׁ בָּהּ עֵץ אִם אַיִן", זאגט רש"י (שם): "אִם יֵשׁ אָדָם כָּשֵׁר לְהָגֵן עֲלֵיהֶם", זיי זאלן קוקן אויב עס געפונט זיך אין ארץ ישראל אן ערליכער איד וואס קען מגין זיין אויף זיי; דער רבי לערנט אונז אן עצה וואס מיר זאלן טון ווען מיר ווילן זיך באשיצן פון חיות רעות - מיר זאלן ארויף קריכן אויפן בוים; מיר זאלן גיין צום צדיק און נעמען זיינע עצות און חיזוק.


דער רבי האט געזאגט: "וואס דארף א נפטר זארגן אז ער ליגט אויף דער ערד מיט זיין בארד און פיאות"; דער רבי לערנט אונז מיר זאלן זיך מחזק זיין מיט יעדע נקודה טובה, מיט זאלן זיין פרייליך מיט אונזער בארד און פיאות. מען זעט היינט נעבעך בחורים און אינגעלייט שניידן זיך זייער בארד און פיאות, נאר ווייל זיי זענען ביי זיך אזוי צעבראכן, זיי זענען ביי זיך אפגע'פסק'נט אז זיי זענען גארנישט ווערד, דערפאר הייבט מען אן צו שניידן די בארד און פיאות. דאס זעלבע מיט ציצית און תפילין; מען איז ביי זיך אזוי אראפגעקלאפט ביז מען טוט נישט אן קיין ציצית און תפילין.


דערפאר וויל איך דיר מחזק זיין, איך וויל דיר דערמאנען אז מיר האבן א גרויסן רבי'ן, ער האט פאר אונז גוטע עצות, און אז מען פאלגט דעם רבי'ן איז זייער גוט - סיי אויף דער וועלט און סיי אויף יענע וועלט. עס איז נישט דא וואו צו אנטלויפן פון צרות, דחקות און יסורין - נאר צום אייבערשטן, און צו די הייליגע תורה.


אחי היקר, נעם א גמרא און הייב אן לערנען; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, דאך זאלסטו זאגן די ווערטער פון די גמרא, נאר דאס איז אונזער נחמה, נאר דארט איז גוט זיך צו בהאלטן.


איך דארף אריין גיין צו די בחורים, איך קען נישט מאריך זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.