מכתב יומי

ח חשון תשפ

November 06 2019

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, ח' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך, וועסטו זיין געזונט און שטארק. אלע ווייטאגן וואס דו האסט און אלע קראנקהייטן קומען פון עצבות ומרה שחורה; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִֹמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און זיך אנשטרענגען אוועק צו נעמען פון זיך די עצבות און מרה שחורה מיט אלע כוחות. "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹֹּמְחָה", אלע מחלות און קרענק וואס קומען אויפ'ן מענטש קומט פון עצבות און מרה שחורה, און דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים הֶאֱרִיכוּ בָּזֶה, שֶׁכָּל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹֹּמְחָה", אויך די דאקטורים זענען מודה אז אלע פראבלעמען און קרענק קומען פון נישט זיין פרייליך, און שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק; ווען א מענטש איז פרייליך נעמט ער אוועק פון זיך אלע צרות און יסורים.


מאך זיך נישט צוטון פון די שלעכטע מחשבות וואס דו האסט וכו'; דו ביסט ביי מיר זייער חשוב און איך האב דיר זייער ליב, דאס איז נאר א מעשה בעל דבר ווי אזוי דיר אפצוקילן פון זיין נאנט צום הייליגן רבי'ן וכו', אזוי ווי עס האט פאסירט ביי רבי יודל זכרונו לברכה. ווען ער איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן האט מען אים געזאגט אז דער רבי איז ברוגז אויף אים, רבי יודל האט נישט געוויסט אז דאס קומט פונעם יצר הרע וואס טוט אלע פעולות צו מרחק זיין דעם מענטש פונעם צדיק, האט ער מורא געהאט אריין צו גיין צום רבי'ן צו דערגיין וואס עס גייט פאר. דריי טעג האט ער זיך גע'ישוב'ט: 'זאל איך יא אריין גיין צום רבי'ן? נישט אריין גיין? מען דארף מיר יא? מען דארף מיר נישט? איך שטער? איך לייג זיך אן ?' וכו', וכו'; מחשבות וואס אלע גיין אריבער וכו', נאך דריי טעג האט ער זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן פון זען דעם רבי'ן, ער האט געטראכט צו זיך: 'זאל זיין וואס זאל זיין, איך גיי אריין צום רבי'ן, זאל דער רבי שרייען אויף מיר, זאך ער מיר זאגן איך דארף דיר נישט, זאל ער מיר זאגן וואס שטערסטו מיר, אבי איך וויל זען מיין לעבן, מיין רבי; איך וויל הערן די קול פון מיין לעבן, מיין הייליגע רבי וואס געבט מיר לעבן', דער רבי האט פארשטאנען ברוח קודשו די מניעות וואס ער גייט אריבער, און גלייך ווען רבי יודל איז אריין געקומען צום רבי'ן האט אים דער רבי געזאגט: "ווען א מענטש וויל מקורב ווערן צום אמת דעמאלט איז זיך דער שקר מתגבר אויפ'ן מענטש, און אז דער מענטש שטארקט זיך אויפ'ן שקר, ער צעברעכט דעם שקר דעמאלט ווערט פון 'שֶׁקֶר' – 'קֶשֶׁר'", און דער רבי האט אויסגעפירט: "דו וועסט שוין בלייבן מקושר צו מיר דיין גאנצע לעבן".


זעט מען פון דעם ווי דער יצר הרע פארלייגט זיך אויף יעדן איינעם באזונדער אים מבלבל צו זיין מיט כל מיני בלבולים און כל מיני מחשבות זרות, אבי ער זאל אפלאזן דעם רבי'ן, דערפאר דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל מאכן פון שֶׁקֶ"ר א קֶשֶ"ר שֶׁל קַיָּמָא נישט אפצולאזן דעם הייליגן רבי'ן.


מאך זיך נישט נאריש און טראכט נישט וכו'; איך האב דיר ליב און איך ווארט דיר צו זען אם ירצה ה' מארגן ביים שיעור.


דו האסט מיר מחי' געווען מיט די גוטע בשירה אז דו ברענגט נישט אריין מער דיין טעלעפאון, טעבלעט וכו' - אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.