מכתב יומי

ח טבת תשע"ח

December 26 2017

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דעם דאנערשטאג איז עשרה בטבת, דעם הייליגן רבי נתן'ס יארצייט. מיר וועלן זיך אם ירצה ה' צוזאמקומען מארגן מיטוואך נאכט אין ישיבה, אלע תלמידים, מיר וועלן מאכן א סעודה לכבוד דעם יארצייט פון מורינו ר' נתן זצוק"ל. איך האף אז דו וועסט אויך קומען זיך אינאיינעם מחזק זיין, איבער חזר'ן און דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אונז, אז מיר ווייסן פון רבי'ן.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שע): "מען דארף דאנקען ר' נתן, ווייל ווען נישט אים, וואלט נישט געבליבן פון מיר קיין בלעטל שמות", נאך האט דער רבי געזאגט: "קיינער פארשטייט מיר נישט, נאר נתן, און נפתלי אביסל"; אלע ספרים וואס מיר האבן היינט פון רבי'ן איז נאר אדאנק ר' נתן זכרונו לברכה, ער האט אפגעשריבן אלע תורות וואס ער האט געהערט פון רבי'ן.


מוהרא"ש זאגט: "דער חידוש איז ר' נתן"; דאס גרויסקייט פון הייליגן רבי'ן - דאס ווייסן מיר בכלל נישט, מיר ווייסן נישט וואס מיר ווייסן נישט ווי גרויס דער רבי איז געווען, אבער "דער חידוש איז ר' נתן", ווייל ווען נישט ר' נתן וואס האט זיך אזוי מוסר נפש געווען צו פארשפרייטן דעם רבי'ן פאר יעדן איינעם, וואלט דעם רבינ'ס נשמה געקענט אריבער גיין דא בזה העולם אן דעם וואס איינער זאל בכלל וויסן אז עס איז געווען אזא נשמה; ר' נתן האט זיך מוסר נפש געווען צו מגלה זיין פאר יעדן איינעם דעם הייליגן רבינ'ס עצות און לימודים.


די מתנגדים האבן אמאל געפרעגט ר' נתן: "וואס וועסטו טון אז דו וועסט ארויף קומען אויבן אויף יענע וועלט און מען וועט דיר פסק'נען גיהנום?" האט ר' נתן געענטפערט: "וועל איך זאגן פאר יעדן איינעם וואו דער רבי איז, און איך וועל יעדן איינעם אהין שיקן"; דאס איז געווען דער הייליגער ר' נתן, איך בין נישט דא, איך וויל נאר יעדן איינעם ווייזן דעם וועג צום רבי'ן. דאס דארפן מיר זיך פארנעמען ווען מיר שטייען אין אזא טאג, אז מיר וועלן אויך פארשפרייטן דעם הייליגן רבי'ן, די גאנצע וועלט זאל וויסן פון די ליכטיגע עצות.


ווען עס קומט ר' נתנ'ס יארצייט דארפן מיר זיך באנייען אין 'הפצה'; ווען א מענטש איז עוסק אין הפצה, אדער הדפסה, ווייזט ער אז ער האט 'הכרת הטוב' פארן הייליגן רבי'ן. מען פלעגט זיך פירן ביי אנשי שלומינו צו מאכן אן התעוררות ביי ר' נתנ'ס יארצייט פאר הפצה, בעט איך דיר אויך זאלסט גיין אביסל הפצה יעדן טאג.


א פאר שעה בעפאר ר' נתן איז נפטר געווארן, האט ר' נתן געזאגט די ווערטער (דאס איז פאר אונז אזוי ווי א צוואה פון ר' נתן זכרונו לברכה): "עזרא הסופר גייט אוועק פון דער וועלט, און טריף פסול איז זיך מתגבר, אזויפיל ווי ס'איז היינט דא אלפים ורבבות טרייף פסול; נאר איך האף, אז איין בלעטל פון רבינ'ס ספרים וועט זיין א תיקון אויף אלסדינג", און ר' נתן האט אויסגעפירט: "איך זאג אייך אן, אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, סע זאל זיין יפוצו מעינותיך חוצה, איר זאלט זיין שטארק מיט 'געלט' מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'" (עזרא הסופר איז נסתלק געווארן עשרה בטבת, און ר' נתן האט דאס מרמז געווען אויף זיך, אז ער האט געהאט נשמת עזרא הסופר).


איך ווארט דיר צו זען ביי די סעודה.