מכתב יומי

ח טבת תשע"ט

December 16 2018

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אם ירצה ה' די וואך ענדיגן מיר שוין סדר בראשית און מען גייט אויסשרייען: "חֲזַק, חֲזַק, וְנִתְחַזֵּק"; וואויל איז דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן און ער לערנט יעדן טאג אביסל חומש רש"י, אזוי אז ביז סוף וואך ענדיגט ער די גאנצע פרשה.


געב א קוק ווי אזוי די וואכעדיגע סדרה הייבט זיך אן: "וַיְּחִי יַעֲקֹב" - יעקב האט געלעבט; זאגט מוהרא"ש פשט, אז יעקב אבינו האט איז שטענדיגע געווען פריש און לעבעדיג טראץ אלע זיינע צרות - צרת עשו, צרת לבן, צרת רחל, צרת דינה און צרת יוסף, מיט אלע זיינע מיטמאכענישן איז ער געווען א לעבעדיגער איד און ער איז שטענדיג געווען לעבעדיג און פרייליך.


אז דו ווילסט טאקע ארויס גיין פון אלע דיינע ווייטאגן דארפסטו נעמען די עצה וואס רבי נתן האט געגעבן: "ווען א מענטש רעדט זיך אפ, זאגט דער אייבערשטער: 'קוקט אן דעם מענטש, איך געב אים גוטס און דאך רעדט ער זיך אפ, איך וועל אים ווייזן וואס מיינט שלעכט', אבער ווען א מענטש דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן, דעמאלט זאגט דער אייבערשטער: 'קוק אן דעם מענטש, ער האט גארנישט אין לעבן, און ער איז אזוי פרייליך און דאנקבאר, איך וועל אים ווייזן וואס מיינט גוט', און ער איז זוכה צו א גוט לעבן".


דאס זעלבע זאג איך דיר; אמת טאקע דו גייסט יעצט אריבער וכו' און דו שפירסט ווי עס ווערט נאר ערגער און ערגער, אבער עס איז דאך דא זאכן וואס גייט דיר יא גוט, דער אייבערשטער געבט דיר אזויפיל גוטס און ער ווארט דו זאלסט אים דאנקען און לויבן פאר דאס גוטס וואס ער גיבט דיר.


דאס מיינט נישט צו זאגן אז דו זאלסט נישט בעטן דעם אייבערשטן אויף זאכן וואס באדערן דיר; אודאי זאלסטו אים בעטן, אודאי זאלסטו שרייען און דאווענען צום אייבערשטן, אבער פארוואס זאלסטו נישט קוקן אויף דאס גוטס וואס דו האסט? פארוואס זאלסטו זיך נישט איינבייגן דיין קאפ פארן אייבערשטן און גלייבן אז ער ווייסט וואס איז גוט פאר דיר און טוט דאס בעסטע פאר דיר? דער אייבערשטער איז דאך (תהלים קמה, ט): "טוֹב ה' לַכֹּל וְרַחֲמָיו עַל כָּל מַעֲשָׂיו", אז דו וועסט וועלן ווי אזוי דער אייבערשטער פירט זיך מיט דיר וועט דער אייבערשטער זיך פירן ווי אזוי דו ווילסט.


מארגן נאכט וועט אם ירצה ה' פארקומען די יארצייט סעודה פאר אונזער הייליגער רבי נתן זכונו לברכה; געב א קוק וואס פאר א שווער לעבן רבי נתן האט געהאט, מען האט אים גע'רודפ'ט זיין גאנץ לעבן - אפילו אין ברסלב האט מען אים גע'רודפ'ט! און ער האט געהאט צרות מיט אלע זיינע קינדער, מיט דעם אלעם פלעגט ער אלץ זאגן: "עס איז מיט גרויס חסדים", ער האט נאר געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן; נאר געזוכט צו מחזק זיין נאך א איד.


אשרינו אז מיר ווייסן פון אזא רבי מיט אזעלכע תלמידים.


א גוטן טאג.