מכתב יומי
ט ניסן תשע"ט
April 14 2019
‹ ›[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת אחרי א', ט' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
"וואס איז נייעס?"
וואו מען גייט און וואו מען שטייט הערט מען די פראגע: "וואס איז נייעס?" איך וועל דיר שרייבן א מעשה וואס מוהרא"ש האט אונז דערציילט וואס האט פאסירט מיט רבי נתן, וועסטו וויסן וואס צו ענטפערן ווען איינער פרעגט דיר: "וואס איז נייעס?", רבי נתן איז אמאל געקומען אין שול פארטאגס דאווענען ותיקין און ער הערט ווי מען שמועסט היציג, עפעס קאכט זיך, פרעגט ער איינעם: "וואס שמועסט מען?" ענטפערט אים יענער: "איר האט נישט געהערט די נייעס? דער און דער איד איז אוועק; אן אלטער איד, א זקן דא אין שול וכו'", און יענער זאגט פאר רבי נתן אז דער עולם קאכט מיט די נייעס, רופט זיך אן רבי נתן: "דאס איז נייעס?! אז איינער איז געשטארבן איז נייעס?! נייעס איז אז מיר זענען אלע אויפגעשטאנען מיט א פרישקייט, חֲדָשִׁים לַבְּקָרִים רַבָּה אֱמוּנָתֶךָ (איכה ג, כג) - דאס איז נייעס"; אז דער אייבערשטער געבט צוריק די נשמה פאר'ן מענטש, מען איז זוכה נאך א טאג צו לייגן טלית ותפילין - דאס איז נייעס.
הלוואי וואלסטו עוסק געווען אין הפצה; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה, שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווער עס וויל פאררעכטן די עבירה פון פגם הברית זאל עוסק זיין אין צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן.
הפצה איז די איינציגסטע זאך וואס מיר קענען טון אפצואווישן אונזערע חטאים; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס עס גייט אריבער אויף אידישע קינדער - בפרט אויף בחורים און מיידלעך. זיי ווילן זיין ערליך אבער זיי האלטן אין איין אראפפאלן אין הארבע עבירות, ביז עס ברענגט זיי זיך ארום צו דרייען מיט גאר שלעכטע מחשבות פון זיך נעמען דאס לעבן רחמנא לצלן, און נאר די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן אלע יארן רעדט צו זיי און דאס ראטעוועט זיי; וואויל איז פאר דעם וואס איז עוסק בתיקון העולם.
עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי הפצה, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (תרומה קכח.): "תָּא חֲזִי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע - זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה, גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא", דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט, "וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ", ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, "וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", און ער איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחמֵי בְּנִין לִבְנוֹי, ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי, און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.
מיר האבן אויפגעשטעלט אין ישיבה א 'בית הדפוס' וואו מיר פארקויפן אלע ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש פאר אפאר פרוטות, קום איינקויפן זאלסט האבן וואס מפיץ צו זיין; יעצט אין די ערב פסח טעג ווען מענטשן דארפן אזויפיל חיזוק איז דאס די גרעסטע הכנה פאר יום טוב.
צדיקים האבן געזאגט אז חוץ די ד' בנים וואס מיר האבן אין די הגדה - דער חכם, דער רשע, דער תם און דער שאינו יודע לשאול , האבן מיר היינט א פיפטע קינד, א קינד וואס פרעגט גארנישט; ער ווייסט ניטאמאל אז עס געפונט זיך אזא זאך ווי פסח, ווי אידישקייט; דארף מען זיי אויפזוכן און זיי צוריק ברענגען צום אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.
א פרייליכן יום טוב.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
א' פרשת אחרי א', ט' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מיר דארפן זיך זייער פרייען אז מיר קומען שוין נענטער צום הייליגן יום טוב פסח, און אז נאך אביסל גייען מיר זוכה זיין צו עסן די הייליגע מצה.
מצה ווערט אנגערופן (זוהר שמות, קפג:): "מֵיכְלָא דִּמְהֵימְנוּתָא", עסן פון אמונה; דורך מצה ווערט געשטארקט די אמונה ביי אידישע קינדער.
פסח איז "זמן חירותנו", א צייט וואס מען ווערט פריי פון אלע צרות; ווען מען נעמט אריין אין זיך די אמונה ווערט מען אויסגעלייזט פון אלע צרות. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ז): "עִיקָר הַגָּלוּת זֶה רַק מַחֲמַת חִסָרוֹן אֱמוּנָה", וואס איז גלות? אז מען לעבט נישט מיט אמונה; ווייל ווען א מענטש לעבט מיט אמונה, ער ווייסט ביי זיך אז אלעס איז דער אייבערשטער און עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דעם אייבערשטן; ער ווייסט אז דער אייבערשטער איז מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם און דער אייבערשטער האט זיך פארשטעלט אין דּוֹמֵם, צוֹמֵחַ, חַי, מְדַבֵּר. אזוי אויך ווען א מענטש ווייסט אז דער אייבערשטער געפונט זיך מיט אים, ביי אים און נעבן אים, ווערט ער אויסגעלייזט פון אלע זיינע צרות.
זע אויסצורוימען אלע סארט כלי משחית וואס מען קען זען אויף דעם שמוץ רחמנא לצלן; וויסן זאלסטו אז ווער עס איז אריין געכאפט אין דעם ווערט נעבעך אינגאנצן אויסגעריסן ביים סוף. דער יצר הרע שטעלט א זיסע פנים וואס איז צוגעגליכן אזוי ווי מען שטעלט אראפ סם פאר מייז; מען לייגט ארויף אויף דעם זיסע זאכן, די מייז עסן דאס מיט גרויס אפעטיט, אבער נאכדעם ווערן זיי פאר'סמ'ט.
יעצט איז די צייט זיך ריין צו מאכן פון די אלע שמוץ און מען דארף זייער אכטונג געבן מען זאל נישט האבן קיין שום מגע ומשא מיט דעם, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין במדבר רבה י, ב): "הָעַיִן רוֹאָה, וְהַלֵּב חוֹמֵד, וּכְלֵי הַמַּעֲשֶׂה גּוֹמְרִים", אלעס הייבט זיך אן מיט די אויגן; אז מען פארשמירט זיך די אויגן פארלירט מען אלעס, מען פארלירט די אמונה; מען הייבט אן האבן קשיות אויפן אייבערשטן, נאכדעם האט מען קשיות אויף צדיקים און מען שפעט אפ פון ערליכע אידן, ביז מען ווערט אויסגעריסן פון די וועלט.
איך בעט דיר זייער, אז דו קומסט צו מיר און דו פאררופסט זיך אלץ א תלמיד פון ישיבה זאלסטו אנעמען מיינע ווערטער וואס איך בעט דיר: "ברענג נישט אהיים דיין סמארטפאון און טעבלעט"; אז דו דארפסט האבן א סעלפאון פאר די שעות וואס דו ארבעטסט - איז איין זאך, פארשטייט זיך אז דאס דארף זיין געפילטערט וכו', אבער ווען דו גייסט אהיים זאלסטו עס נישט אהיים ברענגען. אין שטוב זאלסטו שמועסן מיט דיין ווייב און קינדער און האבן דיין קאפ מיט דיר. איך האף אז דו וועסט פאלגן און נישט זיין קלוגער; אסאך שטובער זענען חרוב געווארן פון דעם און שפעטער ווען מען כאפט זיך איז זייער ביטער.
צייטונגען און מאגאזינען - אפילו היימישע - איז חמץ גמור; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ה): "וְתַעֲשֶֹה מֵאוֹתִיּוֹת חָמֵץ מַצָּה, הַיְנוּ שֶׁלֹּא תַּחְמִיץ חָכְמָתְךָ", חמץ און מצה האבן די זעלבע אותיות, ביידע האבן דער אות מ'ם און דער אות צ'דיק, דער גאנצער חילוק איז פון דעם אות חי"ת און דעם אות ה' וואס מאכט אינגאנצן אויס א קליינע פינטעלע, ווייל אז מען לייגט צו א קליינע פינטעלע צום אות ה' ווערט א חי"ת; זאגט דער רבי אז מען דארף אכטונג געבן פון שלעכטע מחשבות אפילו במשהו, זאלסטו פון היינט אויסרוימען אלע צייטונגען און מאגאזינען פון שטוב, אנשטאט דעם זאלסטו לערנען דיינע שיעורים כסדרן.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.
א פרייליכן יום טוב.