מכתב יומי

י שבט תשע"ח

January 26 2018

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בשלח, שבת שירה, י' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין היינט אינדערפרי צוריק געקומען פון ארץ ישראל. איך בין געפארן צו די הקמת המצבה פון מיין באבע עליה השלום, וואס זי האט מיר שטענדיג מחזק געווען אז איך זאל זיך האלטן ווייטער ביים הייליגן רבי'ן.


די ערשטע זאך ווען איך בין צוריק געקומען בין איך געקומען אין ישיבה פארלערנען דעם דף גמרא. ווייל עס איז ביי מיר זייער חשוב אז אינגעלייט און בחורים הייבן אן זייער טאג מיטן דף גמרא. דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס לימוד גמרא איז, איך האף אז דו לערנסט יעדן טאג דעם דף גמרא.


איך בין אביסל אפגעמאטערט פון די נסיעה ווייל פון דינסטאג בין איך נאך נישט געשלאפן; איך האב נישט ארויס גענומען קיין דירה אין ארץ ישראל וואו צו נעכטיגן נאר גלייך פון עירפארט בין איך געפארן קיין בית שמש געבן א שיעור ביי גדלי' דוד נרו יאיר אין שטוב, פון דארט בין איך געפארן קיין ירושלים וואו איך האב געגעבן א שיעור אין ישיבת "אורייתא". נאכדעם בין איך געווען ביים קבר רחל און דארט געזאגט תיקון חצות; עס איז גאר אנדערש ווען מען זאגט תיקון חצות אין ירושלים.


פון ירושלים בין איך געפארן קיין יבניאל; איך בין געגאנגען אין מקוה און נאכדעם צום ציון פון מוהרא"ש. איך האב זיך ברוך ה' גוט אויסגעוויינט צום אייבערשטן וכו', איך האב געבעטן פאר אלע אידן און פאר אלע תלמידים וכו'.


פון יבניאל בין איך געפארן קיין מירון דאווענען ותיקון, נאכדעם איז געווען די הקמת המצוה פון מיין באבע עליה השלום. מען האט איר מקבר געווען אין מירון אביסל ארויפציר פון רבי יוחנן הסנדלר.


איך האף אז דו שטארקסט זיך; געדענק וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יז) אז שבת דארף מען זיין פרייליך. דערפאר זאלסטו זען צו זיין פרייליך און מאך פרייליך דיין ווייב און קינדער.


א גוט שבת.