מכתב יומי

ח שבט תשע"ט

January 14 2019

[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב געהערט דיין געשריי ווי דו מוטשעסט זיך אויף פרנסה; נעם אריין אין דיר אז פרנסה קומט נאר פונעם אייבערשטן, איז דאך א שאד צו דאגה'נען.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ד:): "כָּל הָאוֹמֵר 'תְּהִלָּה לְדָוִד' בְּכָל יּוֹם שָׁלֹשׁ פְּעָמִים - מֻבְטָח לּוֹ שֶׁהוּא בֶּן הָעוֹלָם הַבָּא", ווער עס זאגט דריי מאל א טאג תהלה לדוד איז ער פארזיכערט אז ער איז א בן עולם הבא, ווייל עס גייט לויטן סדר פון די א-ב, און אויך האט עס אין זיך א בקשה אויף פרנסה; לכאורה איז שווער, וואס איז די שייכות אז מען באקומט עולם הבא ווייל מען זאגט דאס לויט די סדר פון די א-ב, אויך איז שווער צו פארשטיין וואס האט צו טון אז ווייל מען דערמאנט פרנסה זאל מען דערפאר באקומען עולם הבא? נאר רבי נתן איז מסביר (ליקוטי הלכות קריאת שמע, הלכה ה, אות יד) אז ווען א מענטש געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן מיט אלע א-ב, ער דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן און זינגט שירות ותשבחות צו אים, מיט דעם איז ער זוכה צו ווערן א גרויסער צדיק און זוכה זיין צו חיי עולם הבא, ווייל דאס רעדן צום אייבערשטן און אים איבער בעטן אויף אלעס וואס מען האט געטון, מיט דעם ציט מען ארויף אויף זיך א הייליגקייט וואס וועט ממילא ברענגען דעם מענטש לחיי עולם הבא. אזוי אויך, ווען מען נעמט אריין אין זיך אז פרנסה קומט נאר פונעם אייבערשטן, אזוי ווי מען זאגט "וְאַתָּה" – און דו אייבערשטער, "נוֹתֵן לָהֶם" - גיבסט יעדן איינעם, "אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ" – זייער עסן אין זיין צייט - דער מענטש איז א בן עולם הבא, עיין שם.


דעריבער בעט איך דיר טייערער ברודער, פארלאז זיך אויפן גרויסן באשעפער. פארוואס זאלסטו זיין אזוי פאר'דאגה'ט? וואס וועט דיר העלפן דאס זארגן? קוק ווי אפגעמוטשעט דו ווערסט ווען דו זארגסט זיך! ענדערש נעם אריין אין זיך די אמונה, חזר זיך די ווערטער וואס מוהרא"ש האט זיך גע'חזר'ט און געמאכט דערויף א ניגון: "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", אין אידיש מיינט דאס: "אלעס איז דער אייבערשטער און דער אייבערשטער איז אלעס, עס נישט דא קיין שום עקזיסטענץ אן אים, און אין יעדע זאך איז ער באהאלטן". אז דו וועסט זיך איינ'חזר'ן די אמונה וועט דיר גרינגער ווערן; דו וועסט ווערן פרייליך, און אז מען איז פרייליך איז מען סיי ווי מצליח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


 


~~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


שטארק דיר טייערער ברודער; עס איז נישט עק וועלט, אלעס וועט אריבער גיין.


איך ווייס אז דו גייסט אריבער יעצט א שווערע צייט, מען פרובירט דיר אויס מיט א שווערע נסיון; געדענק אבער וואס דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן ש): "אלעס וואס דו זעסט - איז למען הבחירה והנסיון", אלעס איז א פריוו אויס צו פרובירן דעם מענטש צו זען צו וועם ער וועט זיך ווענדן בעת צרה.


נעם מיין עצה וואס איך גיב דיר; נעם א תהילים און זאג איין קאפיטל תהילים, אלעס וועט טוישן. דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תפה): "א גוט קאפיטל תהילים איז אזוי ווי א פאנטש"; ווען א מענטש איז אויסגעטריקנט און אפגעמאטערט נעמט ער א טרינק וואס פרישט אים אויף, אזוי איז א קאפיטל תהילים, עס פרישט אויף דעם מענטש און עס ברענגט אים גרויסע ישועות.


פארגעס נישט צו ליינען קריאת שמע פאר'ן גיין שלאפן; רבי נתן זאגט (ליקוטי הלכות, קריאת שמע שעל המטה, הלכה ב) אז ווען א מענטש ליינט קריאת שמע ביינאכט פאר ער גייט שלאפן און ער איז זיך מתוודה – "אֵינוֹ זָז מִשָׁם עַד שֶׁמוֹחֲלִין לּוֹ", איז מען אים מוחל אויף אלע זיינע עבירות.


א גוטע נאכט.