מכתב יומי

יב שבט תשפ"א

January 25 2021

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת בשלח, י"ג שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


אלע רפואות, עצות און סגולות - קען מען באקומען ווען מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים.


נישט נאר סגולות, נאר אלע מדריגות ליגט ביים רבי'ן; דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט זיין ספר ליקוטי מוהר"ן, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", וְאָמַר בְּזוּ הַלָּשׁוֹן: "סֶע וֶועט אִים אַלֶע אָדֶערְן טְרֶענֶען"; ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן, ער וועט ווערן אן ערליכער איד.


מאך זיך א פרישע התחלה, הייב אן לערנען דעם רבינ'ס ספרים; דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תצה): "אִלּוּ הָיִינוּ רוֹאִין אוֹצָר - הָיִינוּ רָצִים בְּוַדַּאי אֵלָיו, וְהָיִינוּ חוֹפְרִים וּמְלַכְלְכִים עַצְמֵנוּ בְּרֶפֶשׁ וָטִיט בִּשְׁבִיל לַחְתֹּר אַחֲרָיו וּלְמָצְאוֹ", ווען איר וואלט געטראפן אן אוצר וואלט איר זיכער אהין געלאפן און געזוכט ווי מער מען קען נעמען דערפון, איר וואלט נישט געקוקט צי איר ווערט שמוציג, איר וואלט אריינגעקראכן אין בלאטע אבי צו נעמען פונעם אוצר, "וַהֲלֹא אֲנִי אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם, וּמַדּוּעַ לֹא יִהְיוּ לְהוּטִים וְרָצִים אַחֲרַי לְקַבְּלוֹ", איך בין דאך אן אוצר פון יראת שמים, פארוואס לויפט איר מיך נישט נאך צו נעמען פון מיין אוצר?!


קריג זיך נישט אין שטוב, געב נאך; מען ווערט נישט קלענער אז מען געבט נאך און מען פארלירט נישט ווען מען איז מוותר; דער וואס געבט נאך - דער איז דער מנצח.