מכתב יומי
ח תמוז תשע"ט
July 11 2019
‹ ›[די ביינאכט בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת חקת, ח' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך בעט דיר זייער זאלסט זיך מחזק זיין מיט אלע דיינע כוחות ווייטער טון וואס דער אייבערשטער הייסט, אפילו אז עס גייט אריבער אויף דיר ביטערע שווערע נסיונות וכו'.
רבי נתן האט אמאל געשמועסט מיט אנשי שלומינו דיבורי התחזקות, ער האט זיי מחזק געווען זיי זאלן זיך דערהאלטן מיט אלע כוחות אפילו עס גייט נישט ווי מען וויל וכו'; אינמיטן האט זיך רבי נתן צופייערט און געזאגט: "פארוואס איז רבי שמעון בן יוחאי געווען רבי שמעון בן יוחאי? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! פארוואס איז דער אר"י הקדוש געווען דער אר"י הקדוש? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! פארוואס איז דער בעל שם טוב הקדוש געווען דער בעל שם טוב הקדוש? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! פארוואס איז דער הייליגער רבי געווען דער הייליגער רבי? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! און פארוואס בין איך וואס איך בין? ווייל איך האב די מאס התחזקות!" זעט מען פון דעם אז דער עיקר איז 'זיך דערהאלטן', נישט ווערן דערשראקן פון גארנישט, ווייל אויף אלע צדיקים איז איבער געגאנגען וואס איז איבער געגאנגען, און נאר ווייל זיי האבן זיך דערהאלטן זענען זיי צוגעקומען צו זייערע מדריגות.
גיי אין שול דאווענען שחרית, מנחה און מעריב מיט מנין; באניי זיך, אפילו עס איז שוין אריבער אזא לאנגע צייט וואס דו דאוונסט נישט מיט מנין הייב אן פונדאסניי, דאס וועט דיר ברענגען הצלחה אין אלע ענינים.
עס קומט מיר א מזל טוב, איך בין געבענטשט געווארן מיט נאך א אינגל למזל טוב, דעם ברית וועל איך אם ירצה ה' מאכן ביי מיין גרויס'ן זייד'ן דער קארלסבורגער רב שליט"א ביי אים אין בית המדרש אין בארא פארק.
נעכטן בין איך געווען געבן א שיעור פאר די מיידלעך אין מיידל קעמפ; איך ווייס דיר נישט וואס צו זאגן, איין זאך זאג איך דיר: "עס איז נישט דא נאך אזא פלאץ אין די גאנצע וועלט".
אויך איז נעכטן געווען א צוזאמקום אין קעמפ פאר די פרויען; דעם שיעור וועט מען קענען הערן אויף די פרויען האטליין, זאג דיין ווייב זי זאל דאס הערן וועט זי באקומען פרישע כוחות צו פירן די שטוב.
אזוי אויך איז געווען נעכטן א שיעור פאר די פרישע יונגעלייט – תלמידי הישיבה וואס האבן חתונה געהאט אין די לעצטע צוויי יאר.
ברוך ה' דער קאך קאכט און די עסן האבן אלע טעמים, אפילו די פייגלען פאכען מיט די פליגל, אבער זיי העלפן נאר צו, זיי צינדן אן די פייער שטערקער און שטערקער (עיין סיפורי מעשיות, מעשה יב).
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ה' פרשת חקת, ח' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
געב דיר זייער אכטונג נישט צו מאכן קיין חובות; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב, יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב". ווער עס וויל תשובה טון זאל זיך אכטונג געבן פון חובות; ווייל איינמאל מען פאלט אריין אין חובות האט מען שוין נישט קיין מנוחה, מען דארף האלטן אין איין אנטלויפן פון דעם און פון יענעם און מען דארף זאגן אסאך ליגנט וכו' וכו'. נאך זאגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן קכב): "וּמוּטָב שֶׁיִּהְיֶה בַּעַל חוֹב לְעַצְמוֹ אוֹ לִבְנֵי בֵּיתוֹ בְּמַלְבּוּשִׁים מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב לְהַחֶנְוָנִי אוֹ לַאֲחֵרִים", א מענטש זאל ענדערש זיין א בעל חוב פאר זיך, ווי צו זיין א בעל חוב פאר א צווייטן.
בעט איך דיר זייער טייערער ..., הער אויף בארגן; הער אויף מאכן ליצנות פון זיך אליינ'ס - זיך אליינס נארן אז דו וועסט באצאלן, ווייל דער מציאות ווייזט אז דו באצאלסט נישט, דו ביסט שולדיג פאר יעדן צווייטן מענטש געלט. מענטשן קומען צו מיר און האלטן מיר פאר היתכן איך האלט ביי מיר אין די קהלה מענטשן וואס בארגן געלט און באצאלן נישט.
אז דו דארפסט אהיים ברענגען געלט אין שטוב זאלסטו גיין נאך געלט; געדענק: "עס איז נישט קיין בושה צו גיין נאך געלט ווען מען קען נישט דעקן די הוצאות, א בושה איז צו בארגן געלט און נישט באצאלן"; א בושה איז צו לעבן א פאלשע לעבן אויף קרעדיט קארד'ס, זיך אליינס אפנארן אז מען לעבט ווי א שיינער איד און ביז דערווייל וואקסט די ריבית ביז מען קען שוין נישט מער; עס איז בכלל נישט קיין בושה צו גיין בעטן הילף פון מענטשן.
איך האף אז דו וועסט אויסהערן וואס איך שרייב דיר, וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.