מכתב יומי
ז תמוז תשפ"א
June 17 2021
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
דראפע זיך און דערהאלט זיך, געב נישט אויף, עס וועט אריבער גיין; געב זיך איבער צום אייבערשטן, זאג פאר'ן באשעפער: "איך גיב זיך איבער צו דיר, איך וויל טון נאר דיין ווילן; העלף מיר איך זאל זיך נישט פארלירן, איך זאל בלייבן שטארק".
מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף פאר איך היינט ארויס אין שטעטל, איך וועל זיין דארט דורכאויס די זומער וואכן; עס וועט זיין שיעורים כסדרן יעדן טאג. אינדערפרי וועט זיין א שיעור גמרא און פארנאכטס וועט זיין א שיעור אין רבינ'ס ספרים.
געדענק, רבי נתן האט געזאגט איידער זיין הסתלקות: "אפילו דער גרעסטער בעל עבירה, אויב וועט ער זיך האלטן אין רבי'ן - וועט ער אלעס פאררעכטן"; ווי אזוי האלט מען זיך אין רבי'ן? אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים. די קונטרסים און בריוו פון מוהרא"ש - דאס איז איין שטיק רבינ'ס ספרים; מאך זיך א שיעור אין די בריוו, אין די קונטרסים - דאס וועט דיר עפענען דיין הארץ צום אייבערשטן, דו וועסט ווערן אן ערליכער איד.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.