מכתב יומי
יח תמוז תשפ"א
June 28 2021
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פנחס, י"ח תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
זאג אביסל תהילים יעדן טאג, דאס וועט דיר עפענען אלע טויערן צום אייבערשטן; דו וועסט מער נישט שפירן ווי דו שטייסט פון אינדרויסן, עס וועט דיר גרינגער ווערן.
דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו', וְהִנֵּה הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ, וְאַף עַל פִּי כֵן לָאו כָּל אָדָם זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה, כִּי יֵשׁ אֶחָד שֶׁאֵין לוֹ הִתְעוֹרְרוּת כְּלָל לִתְשׁוּבָה", יעדער וויל זיין אן ערליכער איד און טון די ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, ווייל עס איז דא איינער וואס האט בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, "וַאֲפִילּוּ מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, אֵינוֹ זוֹכֶה לְהַגִּיעַ אֶל הָאוֹת וְהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה הַשַּׁיָּךְ לוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין יא אן התעוררות תשובה צו טון, ווייסט ער נישט וואס ער זאל טון צו ווערן אן ערליכער איד, "וַאֲפִילּוּ אִם מַגִּיעַ לְשָׁם, יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה סָגוּר, וּמֵחֲמַת כָּל זֶה אֵין הָאָדָם זוֹכֶה לִתְשׁוּבָה", און אפילו איינער וואס וואס האט יא אן התעוררות תשובה צו טון און ער ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד, דארף ער נאך אויך זוכה זיין צו טון און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו', דערפאר איז נישט יעדער זוכה תשובה צו טון, "וְעַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים, אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵין לוֹ שׁוּם הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, הוּא מִתְעוֹרֵר לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", פירט דער רבי אויס; אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהילים, אפילו ער האט נישט קיין התעוררות, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", קען ער דורכדעם אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקייט וכו' ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.
עס איז נישט שווער צו זיין אן ערליכער איד; עס איז אזוי גרינג צו תשובה טון, מען דארף נאר אביסל וועלן, מען דארף נאר אביסל טון. עס איז נישט שווער צו זאגן תהלים, עס איז גרינגער צו זאגן תהלים ווי דארפן פאסטן און טון סיגופים צו פאררעכטן וואס מען האט געזינדיגט, מען דארף נאר וועלן.
מיר געפונען זיך דעם זומער אין קרית ברסלב ליבערטי; עס איז אזוי געשמאק דא, מען איז אוועק פון די גאנצע טומל פון שטאט. דא זעט מען גארנישט, מען הערט נישט גארנישט, מען ווייסט נישט גארנישט - מען הערט נאר דיבורי אמונה.
היינט איז געווען א חומש סעודה אין חדר אין שטעטל, די קינדער לעבן מיט אזא תמימות, מיט אזא ריינקייט; עס איז אזוי געשמאק צו זען ווי אונזערע דורות וואקסן אויף מיט אזא ריינקייט.
היינט איז ביי מיר א יום טוב, מיין זון הבחור הרב שמעון נרו יאיר מאכט א סיום הש"ס; מָה אָשִׁיב לה', כָּל תַּגְמוּלוֹהִי עָלָי - אז מיינע קינדער גייען אין די וועג פון הייליגן רבי'ן.
איך בעט דיר זייער, זיי פרייליך. זע אז די שמחה זאל איבעררינען; ווען מען זעט דיר - זאל מען זען ווי דו ביסט פרייליך, עס איז נישט גענוג צו זיין פרייליך שטילערהייט, פאר זיך אין הארץ, עס דארף איבעררינען.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.