מכתב יומי
כ סיון תשפ"א
May 31 2021
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך וויל דיר זייער בעטן דו זאלסט אנטייל נעמען אין אונזער יערליכער קאמפיין; נעם אויף זיך אריין צו ברענגען געלט פאר אונזער מוסד, דריי זיך נישט ארויס. נעם א חלק אין די מצוה, מאך זיך א ליסט פון דיינע באקאנטע, משפחה וכדומה, בעט זיי צדקה פאר אונזערע מוסדות.
גיין נאך געלט איז מזכך און מטהר דעם מענטש; האב נישט מורא אז איינער וועט דיר פארשעמען און נישט געבן, וועסט נאר פארדינען פון די בזיונות, דו וועסט אלעס פאררעכטן.
רוף יעצט האברך היקר לי אהרן פיש נרו יאיר, פרעג אים וואס דו קענסט העלפן פאר'ן היי יעריגן קאמפיין.
איך וועל זיך מער פרייען אז דו וועסט ברענגען געלט פון אנדערע ווי אז דו וועסט ברענגען דיין אייגענע געלט; דער יערליכער קאמפיין איז א קאפיין פון גיין נאך געלט, נישט ברענגען אייגענע געלט. דיין אייגענע צדקה, דיין מעשר, דיין חומש - דאס געבסטו א גאנץ יאר, יעצט איז א צייט וואס מען דארף אינאיינעם ארויסגיין בעטן געלט ביי באקאנטע, ביי משפחה וכדומה לזה.
איך האף צו זען דיין נאמען ביים קאמפיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקנה): "דער אייבערשטער האט ליב א געפרעגלטן איד"; ווען עס גייט אריבער אויפ'ן מענטש שווערע ביטערע יסורים און ער דערהאלט זיך, ער האט נישט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן, דאס איז זייער חשוב ביים אייבערשטן.
מוהרא"ש האט דערציילט, אין די צייטן פון די גזירה פון גירוש ספרד ווען מען האט פארטריבן די אידן, צענדליגער אידן האבן דעמאלט געכאפט א שיף און אנטלאפן, אינמיטן וועג זענען רוב רייזנדע געשטארבן, עס האט אויסגעבראכן א מגיפה אויפ'ן שיף, ביז דער שיף האט זיך דערטראנקען און בלויז איין איינציגער איד האט זיך געראטעוועט מיט זיין ווייב און צוויי קינדער, זיי האבן געטראפן א רעטונג'ס שיף און געשווימען דערמיט ביז זיי זענען אנגעקומען צום מדבר, זיי זענען אראפ פון שיף און אנגעהויבן גיין וואו זייער פיס וועט זיי טראגן, פלוצלונג האט זיין ווייב גע'חלש'ט און זי איז געשטארבן, דער איד האט נישט געהאט קיין ברירה, ער האט איר באערדיגט דארט אויפ'ן פלאץ, ער איז ווייטער געגאנגען מיט זיינע לעצטע כוחות מיט זיינע צוויי קינדער, פלוצלונג איז ער אראפגעפאלן חלשות, ער איז דארט געליגן אן באוואוסטזיין רחמנא לצלן, נאכדעם האט ער זיך אויפגעכאפט, ער האט זיך דערמונטערט און געעפנט די אויגן, ווען ער האט זיך אויפגעהויבן האט ער געזען אז זיינע צוויי קינדער ליגן דארט טויט, זיי זענען ביידע געשטארבן פון הונגער. דער איד האט אויפגעהויבן זיינע הענט צום אייבערשטן און געזאגט: "רבון העולמים, איך האב שוין געזען מיט מיינע אויגן אסאך צרות ישראל, מיין ווייב איז מיר אויסגעגאנגען פאר מיינע אויגן, מיינע צוויי קינדער זענען מיר אויך געשטארבן, איך זע אז דו ווילסט מיר אויספרובירן אויב איך וועל אפלאזן מיין אמונה אין דיר, חס ושלום; וויל איך דיר זאגן הייליגער באשעפער, עס וועט גארנישט נוצן, איך בלייב גלייבן אין דיר מיין גאנצע לעבן, איך וועל בלייבן דבוק צו דיר מיין גאנץ לעבן!" ער האט זיך מתבודד געווען דארט א לאנגע צייט, נאכדעם האט ער זיך גענומען גראבן א קבר, ער האט נישט געקענט אויפגראבן די ערד, עס איז געווען זייער א הארטע ערד און ער האט נישט געהאט קיין כח, האט ער גענומען בלעטלעך מיט צווייגן און זיי צוגעדעקט.
מוהרא"ש האט אויסגעפירט אז ער האט געזען אסאך אזעלכע מעשיות ביי אנשי שלומינו, וואס מען האט זיי אויספרובירט מיט שווערע ביטערע נסיונות און זיי האבן זיך ווייטער מתבודד געווען, זיי האבן נישט פארלוירן די אמונה.
דאס איז די שיינקייט פון א איד; אז עס גייט אריבער אויף אים שווערע ביטערע יסורים און ער האט נישט קיין תרעומות אויפ'ן אייבערשטן, ער בלייבט ווייטער געטריי דעם אייבערשטן, דאס האט דער רבי געזאגט: "דער אייבערשטער האט ליב א געפרעגלטער איד".
איך וויל דער בעטן זאלסט נעמען א חלק אינעם קאמפיין; מאך זיך א ציל וויפיל געלט דו גייסט בעטן פון דיינע באקאנטע, מיט דעם וועסטו מיר העלפן. קיינער זאל דיר נישט פארדרייען דעם קאפ אז דער ראש ישיבה איז נישט איינשטימיג מיט'ן קאמפיין; דער אינגערמאן וואס מאכט דעם קאמפיין איז דא נאר צו העלפן די ישיבה, ער האט נישט קיין שום אנדערע חשבונות.
ביים סוף פונעם קאמפיין וועט זיין א שיינע צאמקום פאר אלע אינגעלייט און בחורים וואס האבן ארויסגעהאלפן, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך אויך דארט זיין, עס גייט זיין א שיינע מעמד, אלע וועלן הנאה האבן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.