מכתב יומי

ח תשרי תשע"ח

September 28 2017

  בעזהשי"ת


 


יום ה' פרשת וזאת הברכה-א, ח' תשרי, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר זענען שוין אריין אין א נייעם יאר, דארפסטו געדענקען אז מען געבט זיך איין דריי און דער יאר איז אריבער; דער הייליגער ייטב לב זכר צדיק לברכה טייטשט דעם פסוק (דברים יא, יב): "תָּמִיד עֵינֵי ה' אֱלֹקֶיך בָּהּ, מֵרֵשִׁית הַשָּׁנָה וְעַד אַחֲרִית שָׁנָה", פרעגט דער ייטב לב, פארוואס שטייט קודם הַ'שָּׁנָה מיט א 'ה' און צום סוף שטייט שָׁנָה אן א 'ה'? נאר יעדע יאר טראכט א מענטש 'דער יאר וואס קומט, גייט זיין א קנאקעדיגע יאר', און ער מאכט אסאך קבלות טובות, אבער ווען עס קומט סוף יאר זעט מען אז עס איז אריבער א יאר אזוי ווי אלע יארן, מֵרֵשִׁית הַ'שָּׁנָה - אנהייב יאר טראכט מען עס גייט זיין הַ'שָּׁנָה מיט א הא הידועה, אבער ביים סוף בלייבט עס א שָּׁנָה - ווי אלע יארן.


לגבי וואס זאג איך דיר דאס, נאר מיר זענען יעצט צוריק געקומען פון הייליגן רבינ'ס ציון, מיר האבן זיך מקבל געווען אסאך גוטע קבלות, דארפן מיר שוין אנהייבן טון די אלע גוטע קבלות ווייל דער יאר האט זיך שוין אנגעהויבן. מען געבט זיך נאר איין קליינע דריי און עס איז שוין סוף יאר.


מען פירט זיך צו עסן פון ראש השנה ביז שמחת תורה 'רינדעכיגע חלות'; עס איז דא אסאך טעמים אויף דעם, איך האב געטראכט א פשוט'ער טעם, אז מען וויל ווייזן פארן מענטש אז מען געבט זיך איין דריי, און דער יאר איז אריבער. ווייל בדרך כלל א מענטש מאכט זיך פרישע קבלות אויפן נייעם יאר, אבער נאכנישט יעצט, ער טראכט צו זיך: 'נאך די ימים טובים וועל איך גלייך אנהייבן צו לערנען און צו דאווענען מיט מנין' וכדומה, נאך די ימים טובים האט ער אנדערע תירוצים פארוואס נאכנישט אנצוהייבן, און אזוי דרייט זיך דורך דער יאר און נאך א יאר און נאך א יאר ביז די גאנצע לעבן איז אריבער פוסט און וויסט; דערפאר עסט מען רינדעכיגע חלות גלייך אנהייב יאר, אז דער מענטש זאל זען אז מען גיבט זיך איין דריי און די גאנצע יאר איז אריבער, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "איך הער שוין מוצאי ראש השנה ווי דער שמש גייט ארום אויפוועקן צו סליחות".


דערפאר בעט איך דיר, זע צו גיין און שול דריי מאל א טאג דאווענען מיט מנין, און אזוי וועסטו האבן פרנסה, אזוי ווי מוהרא"ש זאגט: "אז מען דאווענט מיט מנין, האט מען א דבר שבמנין (געלט)", פרנסה האט מען אז מען גייט אין שול דאווענען, פרנסה האט מען אז מען לערנט יעדן טאג אביסל חומש רש"י, אפאר פרקים משניות און אביסל גמרא וכו'; עס גייט אריבער א טאג נאך א טאג א וואך נאך א וואך און וואס בלייבט איבער פון אונז? נאר דאס ביסל תורה ותפילה וואס מיר כאפן אריין יעדן טאג.


היינט הייבן מיר אן נאכאמאל צו לערנען נ"ך - יעדן טאג צוויי קאפיטלעך, אזוי וועלן מיר לערנען יעדן טאג און ענדיגן גאנץ נביאים וכתובים נאך פאר ראש השנה תשע"ט הבא עלינו לטובה. עס איז באוואוסט דעם גאנצן סיפור ווי אזוי דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה איז נסתלק געווארן, עס איז געווען אין אן ערב שבת, עשרה בטבת. אפאר שעה פאר זיין הסתלקות האט ער געבעטן ר' נחמן - ר' עוזר'ס זון  - ער זאל אים ברענגן 'כל טוב', און ער האט נישט פארשטאנען וואס ר' נתן מיינט, וואס איז דאס 'כל טוב'? האט אים ר' נתן געזאגט ער זאל אים ברענגן א נ"ך – דאס איז געווען ביי ר' נתן 'כל טוב'; דער הייליגער רבי נתן האט דאס גערופן 'כל טוב'. אז מען מאכט זיך א שיעור און נ"ך - יעדן טאג א קאפיטל אדער צוויי, האט מען אלעס גוטס, ווייל מען זעט וואס מען האט צו טון ווען מען האט א צרה.


דער הייליגער רבי האט געזאגט: "נ"ך איז מיין מוסר ספר"; ווייל ווען מען לערנט נ"ך זעט מען אן אינטערסאנטע זאך, יעדעס מאל ווען עס איז געווען שלעכט פאר די אידן, א רשע איז געקומען און געוואלט שלעכטס טון, האבן זיי געשריגן צום אייבערשטער און דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן. נאכדעם האבן זיי ווייטער פארגעסן פונעם אייבערשטער האט זיי דער אייבערשטער נאכאמאל געשיקט א רשע זאל קומען מלחמה האלטן מיט זיי, און ווען זיי האבן ווייטער געזען אז זיי קענען זיך נישט קיין עצה געבן האבן זיי נאכאמאל תשובה געטון. און פון דעם קען זיך יעדער מענטש לערנען וואס ער האט צו טון ווען ער האט חס ושלום א צרה.


אזוי אויך זעט מען ווען מען לערנט נ"ך, אז ווען די אידן האבן געהאט א צדיק זענען זיי געווען ערליך, און ווען דער צדיק איז נפטר געווארן זענען זיי צוריק געפאלן, ביז זיי האבן באקומען נאך א צדיק וואס זאל זיי ווייזן די וועג צום אייבערשטער.


דערפאר בעט איך דיר זייער, מיין טייערער ליבער חבר, אז דו ביסט שוין יא דא ביים רבי'ן, האסט זוכה געווען דורך צו ברעכן אלע דיינע מניעות וכו' וכו', פארוואס זאלסטו נישט פאלגן דעם רבי'ן און לערנען יעדן טאג דיינע שיעורים כסדרן, אזוי וועסטו זוכה זיין צו האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן. הייב אן היינט צו לערנען צוויי קאפיטלעך נ"ך, וועסטו זוכה זיין צו "כל טוב" - אזוי ווי ר' נתן זאגט, דו וועסט האבן אלעס גוטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן. 


א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.