מכתב יומי

ח תשרי תשע"ט

September 17 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת האזינו, ח' תשרי, שלש עשרה מדות, שנת תשע"ט לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר גייען שוין אריין ממש אינעם גרויסן טאג יום כיפורים אין וואס עס כאפט אן א ציטער פאר יעדן איד, אפילו די מלאכים ציטערן אין דעם טאג. וויל איך דיר בעטן דו זאלסט זיך מאכן א חשבון הנפש ווי אזוי דו פירסט דיין שטוב; דו ווייסט דאך ווי שטארק אלע צדיקים פלעגן מרעיש עולמות זיין "כל נדרי" ביינאכט אויף צניעות, זיי האבן אזוי געוויינט ביז די ווענט האבן מיט געוויינט אז מען זאל אכטונג געבן אויף צניעות, דעריבער זאלסטו זיך יעצט מאכן א חשבון הנפש צו פאררעכטן דיין שטוב אז עס זאל זיך פירן בדרכי הצניעות.


אז דו ווילסט האבן ערליכע קינדער זאלסטו פאלגן וואס דער זוהר הקדוש זאגט וועגן זיך אפשערן די האר; דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי' א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ' אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי; זאגט ווייטער דער הייליגער זוהר: 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא' איז זי גורם אז עס זאל זיין ארימקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא' און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא' און זי איז גורם אז די ס"מ און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס"; יעצט איז די צייט זיך צו מאכן א קבלה אראפ צו נעמען די האר, פארוואס דארף מען ווארטן חס ושלום אז די האר זאל אראפ קומען דורך קימא טערעפי רחמנא לצלן רחמנא לשזבן?! לאמיר פאלגן וואס אונזערע צדיקים האבן אונז געזאגט וועלן מיר זוכה זיין צו ערליכע אידישע דורות.


יעצט ערב יום כיפור דארף מען זיך מאכן א חשבון הנפש אויב מען האט וויי געטון א צווייטן איד. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פה:): "עֲבֵירוֹת שֶׁבֵּין אָדָם לַחֲבֵרוֹ אֵין יּוֹם הַכִּפּוּרִים מְכַפֵּר, עַד שֶׁיְרַצֶה אֶת חֲבֵרוֹ", אויף אלעם איז דער אייבערשטער מוחל אויב דער מענטש טוט תשובה, חוץ אויב מען טשעפעט א חבר וואס דעמאלט העלפט נישט קיין תשובה ביז מען בעט איבער דעם חבר; דארף מען זיך מתבונן זיין צי מען האט איינעם וויי געטון, ווייל אויב מען האט וויי געטון א צווייטן דארף מען אים איבער בעטן.


בפרט די אייגענע ווייב, וואס מענטשן זענען זייער מזלזל אין די מתנה וואס דער אייבערשטער האט זיי געגעבן, אבער יעצט ערב יום כיפור איז א צייט פון זיך איבער בעטן און זיך מאכן א חשבון הנפש, אפצולאזן אלע כלומר'ישע חברים און לעבן א לעבן צוזאמען מיט די ווייב און קינדער. מען דארף נישט זוכן צו זיין גערעכט און אויספירן, מען דארף האבן שכל צו וויסן אז אפילו מען פירט נישט אויס און מען איז נישט גערעכט איז מען נאך אלץ דער געווינער.


איך בעט דיר זייער: "זיי מיר מוחל!" גלייב מיר, איך וואלט ווען געוואלט זיצן אין א ווינקעלע און נישט האבן צוטון מיט קיינעם, אזוי פלעג איך טון אין אנהייב, ביז מוהרא"ש האט מיר געהייסן עפענען די ישיבה און לערנען מיט תלמידים וכו'. עס איז נישט קיין גרינגע זאך צו האבן צוטון מיט מענטשן, "כִּסְבוּרִים אַתֶּם שֶׁשְׂרָרָה אֲנִי נוֹתֵן לָכֶם? עַבְדוּת אֲנִי נוֹתֵן לָכֶם (הוריות י:)". מענטשן מיינען אז דאס איז א חשיבות און א גדלות, אבער באמת איז דאס א שווערע עבודה. דעריבער בעט איך דיר: זיי מיר מוחל אויף דעם וואס איך האב דיר וויי געטון. זיי מיר דן לכף זכות; גלייב מיר אז איך האב נישט קיין שום אייגענע אינטערעסע מיט דעם וואס איך שרייב דיר ווי אזוי זיך צו פירן, און מיט דעם וואס איך זאג דיר וכו', איך וויל נאר איין זאך: דו זאלסט האבן א גוט לעבן און אויפשטעלן ערליכע דורות.


דעריבער בעט איך דיר זאלסט מיר מוחל זיין; איך וויל נאר דו זאלסט לעבן א שיין לעבן מיט דיין ווייב און קינדער. וויפיל דארף איך זיך בעטן ביי דיר דו זאלסט אפלאזן דיינע 'פיינט' וואס זעען אויס ווי 'פריינט'; דו וועסט נאך זען ווי דיין כלומר'ישע פריינט וועט דיר שטויסן אין פנים, ער וועט נישט וועלן רעדן מיט דיר, נאר דיין ווייב און קינדער - זיי וועלן בלייבן מיט דיר.


היינט נאכט וועט בעזר ה' זיין א שיעור; לייג אוועק די איין שעה א וואך וואס מיר אנשי שלומינו קומען זיך מחזק זיין מיט די עצות פון רבי'ן, זע צו קומען צום שיעור זיך באנייען און זיך אויפפרישן מיט די חיזוק פון הייליגן רבי'ן.


א גמר חתימה טובה.