מכתב יומי
יד תשרי תשפ"א
October 02 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ו', ערב חג הסוכות, י"ד תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
געלויבט דעם אייבערשטן מיר שטייען שוין ערב סוכות, נאך אביסל וועלן מיר אריין גיין אין די סוכה, זיצן אונטער די שאטן פונעם אייבערשטן, מיר דארפן נאר אסאך בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן זוכה זיין ליב צו האבן די סוכה און שפירן א טעם אין די סוכה; מוהרא"ש דערציילט, רבי נחמן טולטשינער האט אמאל געהאלפן רבי נתן אויפשטעלן די סוכה, ווען ער האט געענדיגט האט ער זיך אויסגעדרוקט פאר רבי נתן: "אז מען ארבעט אליינס אויפצושטעלן די סוכה שפירט מען אן אנדערע טעם אינעם יום טוב", האט אים רבי נתן געזאגט: "דאס האסטו נאך נישט פרובירט, צו בעטן ערב סוכות פונעם אייבערשטן: 'רבונו של עולם, איך וויל שפירן א טעם אינעם יום טוב סוכות', וואס פאר א טעם מען שפירט דעמאלט אינעם יום טוב סוכות.
דער עיקר זאלסטו זיך היטן פון כעס וקפידות; געב זיך זייער אכטונג אין די הייליגע טעג פון ווערן בכעס, דער יצר הרע זוכט אוועק צו נעמען די הייליגקייטן; ווען עס קומט שבת און יום טוב איז זייער א פאסיגע צייט דער מענטש זאל זיך צוקלעבן צום אייבערשטן און זוכה זיין צו אלע הייליגקייטן און ליכטיגקייטן - דעמאלט קומט דער יצר הרע און נעמט אלעס אוועק דורך כעס וקפידות.
נעכטן ביים שיעור האבן מיר אסאך גערעדט פון מאכן שיינע סעודות מיט די משפחה, אינמיטן שיעור האט איינער געפרעגט ווי אזוי קען מען זיך האלטן רואיג אין א קליינע סוכה ווען עס טוט זיך אויף טישן און אויף בענק מיט די קינדער וכו' וכו'; האבן מיר גערעדט וואס דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיא): "אִם הָיוּ מַנִּיחִין מֵת לָעוֹלָם הַזֶּה לְהִתְפַּלֵּל בְּוַדַּאי הָיָה מִתְפַּלֵּל יָפֶה יָפֶה בְכָל כּחוֹ", ווען מען וואלט ווען געגעבן די מעגליכקייט פאר א נפטר ארויסקומען פון קבר דאווענען איין תפילה וואלט ער ווען געדאווענט זייערע שיין, ער וואלט ווען געדאווענט מיט'ן גאנצן כח; דאס זעלבע איז ווען א מענטש איז זיך אינגאנצן מבטל, ער געבט זיך איבער צום אייבערשטן, ער טראכט ביי זיך: 'איך בין שוין א נפטר, איך בין שוין געשטארבן, מען האט מיר געגעבן רשות אהיים צו קומען פון בית החיים פאר איין סעודה' - וואלט ער נישט געשריגן און קאמאנדעוועט, ער וואלט ווען שיין גערעדט צו די קינדער, ער וואלט גערעדט מיט דרך ארץ צו זיין ווייב; אזוי קען מען מאכן שיינע סעודות, אז נישט וועלן די קינדער זאגן: 'טאטע, קענסט צוריק גיין אין קבר, מיר דארפן נישט קיין קולות און קיין פעטש'.
איך בעט דיר נאכאמאל, געב זיך אכטונג פון קריגערייען. דער הייליגער חיד"א טייטשט די נעמען פון די קינדער פון ישמעאל (בראשית כה, יד): "וּמִשְׁמָע וְדוּמָה וּמַשָּׂא", 'וּמִשְׁמָע' - מען דארף קענען הערן, 'וְדוּמָה' - מען דארף קענען שווייגן, 'וּמַשָּׂא' - און מען דארף קענען פארנעמען; דאס איז דער סוד פון הצלחה און לעבן. בפרט ערב שבת און ערב יום טוב, וואס דעמאלט ווערן די קליפות זייער ווילד, זיי ווילן קאליע מאכן דאס ליבשאפט צווישן מאן און ווייב, זיי ווילן מאן זאל נישט זיין צוזאמען. שבת איז דאך א צייט וואס מען דארף זיין צוזאמען, דער הייליגער אריז"ל זאגט, די ראשי תיבות פון וְשָׁמְרוּ בְּ'נֵי יִ'שְׂרָאֵל אֶ'ת הַ'שַּׁבָּת איז 'ביאה'; אז שבת דארף מען זען צו זיין צוזאמען וכו'.
איך האב נאך אסאך צו שרייבן אבער איך דארף לויפן קויפן ד' מינים פאר מיינע קינדער און צוגרייטן דעם יום טוב.
יעצט שרייבנדיג דעם בריוו האב איך באקומען א גאר גוטע נייעס, א מעשה פון תפילה; א מעשה פון תפילה פון אונזערע קינדער, ... איז ארויס פון תפיסה. ער האט מיר גערופן אויפ'ן וועג אהיים פון תפיסה, ער זאגט אז דאס איז נאר די תפילות וואס די קינדער - אינגלעך און מיידלעך בעטן יעדן טאג פאר אים.
מאנטאג נאכט וועט זיין א סעודה אין ישיבה לכבוד די הילולא פון הייליגן רבי'ן; מיר וועלן נאכאמאל רעדן פון רבי'ן און זיך פרייען אז מיר האבן דעם רבי'ן, קום מיט דיין משפחה.
א פרייליכן יום טוב.