מכתב יומי

ח תשרי תשפ"ג

October 03 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת האזינו, ח' תשרי, שלש עשרה מדות, שנת תשפ"ג לפ"ק


 לכבוד ... נרו יאיר


איך האב זיך בארעכנט אז איך וועל יא געבן א שיעור, אפילו איך בין נאך אפגעשוואכט פון די נסיעה; איך האף אין דעם זכות וועל איך צוריקקומען צו מיינע כוחות און קענען זיין בעל תפילה יום הקדוש.


כאפ א זכות פאר'ן יום הדין; גיי צו דיינע עלטערן, בעט זיי זאלן דיר בענטשן און נעם זיך פאר זיך מער אומקוקן אויף זיי, און אויב איז דא וואס צו העלפן - זאלסטו נעמען די זכות פאר דיר, מאך זיי די סוכה, און העלף זיי מיט וואס זיי דארפן.


גיי אוועק פון די דמיונות און געב זיך אכטונג די נסיונות זאלן נישט ווערן קיין בזיונות; עס לוינט נישט די פאר מינוט תאוה צו פארלירן די וועלט און יענע וועלט. דו וועסט פארשעמט ווערן, דו וועסט נישט קענען אויפהייבן דיין קאפ פון בושות. היט דיינע אויגן, ווארף אוועק אלע כלים וואס שלעפן דיך צום גיהנום.


א גמר חתימה טובה.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת האזינו, ח' תשרי, שלש עשרה מדות, שנת תשפ"ג לפ"ק


 לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז שלש עשרה מידות; די אלע וואס האבן נאכנישט געמאכט תשליך פירן זיך צו גיין היינט נאכמיטאג מאכן תשליך. ווייל מען קומט שוין נענטער צום גרויסן טאג יום הכיפורים, דער טאג וואס דער אייבערשטער איז מוחל אויף אלע עבירות פון בין אדם למקום, אבער וואס מען פארזינדיגט זיך בין אדם לחבירו - דארף מען פאררעכטן, מען דארף איבערבעטן.


מוהרא"ש זאגט: "ענדערש נישט טשעפען א גאנץ יאר, נישט האבן מיט קיינעם צו טון אזוי דארף מען נישט זיין פארנומען ערב יום הקדוש מיט אויפזוכן דעם און יענעם איבערבעטן"; ווייל די אלע וואס טשעפען א גאנץ יאר - די דארפן איבערבעטן אלעמען.


מיר האט מוהרא"ש געזאגט איך זאל עפענען א ישיבה און זאגן פאר די בחורים ווי אזוי זיך צו פירן, שפעטער האט מוהרא"ש מיר געזאגט איך זאל אויך רעדן צו אינגעלייט און צו די משפחות וכו'; ווען מוהרא"ש זאגט מיר נישט דאס צו טון וואלט איך געווען לכאורה דער שטילסטער מענטש אין היכל הקודש, פרעג די אינגעלייט ווי אזוי איך פלעג זיצן אין א ווינקעלע איידער די ישיבה האט זיך געעפנט, און אז מען האט א ישיבה קומט אויס אז מען דארף זאגן און אמאל דארף מען זאגן מער שטרענג; בעט איך דיר איבער, זיי מיר מוחל; איך וויל נאר דיר זאל גוט זיין.


מארגן ערב יום הכיפורים איז א יום טוב, מען טוט זיך אן בגדי שבת נאך שחרית, מען מאכט א סעודה ביי חצות. ביי די ערשטע סעודה פירט מען זיך צו עסן פיש און שפעטער נאכמיטאג מאכט מען נאך א סעודה. ביי די צווייטע סעודה עסט מען נישט קיין פיש, מען עסט נאר אביסל זופ מיט פלייש; ערב יום הכיפורים עסט מען נאר בשר עוף, לייכטע עסן, נישט קיין בשר בהמה.


איך בין נאכאלץ נישט געקומען צו מיינע כוחות פון די נסיעה; ווי עס זעט אויס יעצט וועט היינט נישט זיין א שיעור.


א גמר חתימה טובה.