מכתב יומי

ח אב תשפ

July 29 2020

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... ... נרו יאיר.


היינט נאכט דאווענט מען נישט מנחה-מעריב אינאיינעם, מען דאווענט מנחה און פאר מען הייבט אן פאסטן דארף מען עסן א קליינע סעודה, מען טאר נישט עסן ביי די לעצטע סעודה מער פון איין געקאכטע זאך; מען וואשט זיך, מען עסט ברויט מיט אייער און מען טינקט דאס איין אין אש.


אויב מען וויל עסן א גרויסע סעודה דארף מען דאס טון פאר די סעודת המפסקת.


די סעודה וואס מען פאסט איין עסט מען אויף דער ערד און מען טוט זיך אויס די שיך. אויך אויב איז דא מער פון דריי מענטשן ביי די סעודה מאכט מען נישט קיין מזומן נאר יעדער איינער בענטשט פאר זיך.


היינט קען מען לערנען אלע שיעורים ביז ביינאכט; אזוי האט זיך געפירט דער הייליגער חפץ חיים זכותו יגן עלינו, ער האט געלערנט ערב תשעה באב.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן פון אונזער גלות.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


איך וויל זייער בעטן אלע משפחות וואס ווילן האבן די קינדער ביי אונז אין מוסד דעם קומענדיגן יאר הבא עלינו לטובה זאלן איינשרייבן די קינדער אין אפיס; סיי די משפחות וואס ווילן שיקן אין די וויליאמסבורג'ע מוסדות און סיי די וואס ווילן שיקן אין קרית ברסלב. מיר זענען יעצט מסדר די כיתות פאר די קומענדיגע יאר הבא עלינו לטובה, מיר דארפן וויסן ווער עס שיקט צוריק די קינדער און ווער עס נעמט ארויס.


צווייטנס, אלע משפחות וואס ווילן שיקן די קינדער אין די מוסדות דארפן געבן פאר די קינדער שאט"ס; מען וועט נישט מאכן קיין שום אויסנאם פאר קיינעם. מיר האבן דעם הייליגן רבי'ן, ער איז אונזער וועג ווייזער און אים פאלגן מיר. די אלע פרויען וואס ליינען און ווייסן שיינע חלומות האבן צוויי ברירות, אדער לייגן די חלומות און פאנטאזיעס אין דער זייט אדער זוכן א צווייטע מוסד.


דריטנ'ס, ווען מען רופט דיר פון אפיס זאלסטו זיך וואוסנדיג מאכן; די פרויען וואס ארבעטן אין אפיס זענען מיינע ארבעטערס, זיי ארבעטן פאר מיר. אז מען רופט דיר זאלסטו שיין רעדן צו זיי; עס טוט מיר זייער וויי צו הערן פון אפיס אז געוויסע עלטערן מאכן ליצנות ווען מען רופט זיי.


איך מאך א נייע זאך דעם יאר אינעם מוסד, אויב עלטערן וועלן נישט מיט ארבעטן מיט די מוסד וועט מען זיי לאזן אליינס ארבעטן מיט די קינדער; מיר זענען גרייט צו ארבעטן מיט אייערע קינדער אויב איר ווילט ארבעטן מיט אונז אינאיינעם, אויב נישט וועלן מיר לאזן פאר די עלטערן די גאנצע ארבעט.


אמת, מוהרא"ש האט מיר געזאגט איך זאל נישט אהיים שיקן קינדער וואס די עלטערן צאלן נישט קיין שכר לימוד; איך האלט זיך צו דעם און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך ווייטער אזוי טון. אבער מוהרא"ש האט נאך זאכן געזאגט; מוהרא"ש זאגט אז אויב עלטערן מאכן זיך נישט וואוסנדיג ווען מען רופט זיי, דעמאלט זאל מען לאזן די עלטערן אליינס אויפציען די קינדער.


ווען עלטערן זאלן ווען וויסן ווי די מלמדים, טיטשערס, מנהלים און מנהלות צערייסן זיך יעדן טאג, יעדע מינוט און יעדע רגע פאר די קינדער; עס איז נישטא נאך אזא שווערע ארבעט ווי האלטן קינדער, לערנען מיט קינדער און דיסציפלינען קינדער, ווען די מלמדים קומען אהיים נאך א טאג ארבעט זעען זיי גארנישט, נאר שטערנס; זיי שפירן יעדן טאג ווי דאס איז זייער לעצטע טאג אינעם מוסד, זיי ארבעטן ביטער שווער און נאך אלעם ווען עס קומט סוף וואך באקומען זיי נישט זייער געהאלט - פארוואס? ווייל די עלטערן לאכן זיך אויס! ווייל די עלטערן לייגן שכר לימוד די לעצטע זאך!


מען דערציילט מיר פון אפיס וואס עלטערן ענטפערן, טראכט איך צו זיך: 'וואו בין איך - איך בין אין היכל הקודש? וואו בין איך - צווישן אנשי שלומינו? נאר איך האב געהערט פון מוהרא"ש וואס שכר לימוד איז? נאר איך האב געהערט פון מוהרא"ש אז מען דארף באצאלן שכר לימוד?!'


עס זענען דא אין די קהילה אינגעלייט און בחורים וואס העלפן כסדר שאפן געלט פאר שיינע זאכן אין די קהלה, דער נעמט צאם געלט פאר ספרים, א צווייטער נעמט צאם געלט פאר דאס און יענס; איך זע די נעמען פון די נדבנים און איך פארשטיי נישט פארוואס פאר ספרים, פאר שענק, פאר טישן און פאר בענקלעך וכו' וכו' - האט מען געלט; מען ברענגט געלט, מען ברענגט עס מיט א שיינע פנים, אבער ווען מען בעט דיר טאג נאך טאג "צאל שכר לימוד", דיין זון'ס מלמד דארף ווערן באצאלט, דיין טאכטערס טיטשער דארף אהיים ברענגען ברויט און מילך - מאכט מען זיך נישט וואוסנדיג, מען לאכט זיך אויס!


האטס נישט מורא, נישט אלע זענען אזוי; רוב משפחות זענען טייערע משפחות וואס צאלן שכר לימוד און אויב זיי האבן נישט - קומען זיי און בעטן זיך וואס מען קען טון אויסצוארבעטן א פלאן, זיי רעדן שיין צו די איינגעשטעלטע און צו די ארבעטערס, אבער די אלע וואס מאכן א געשפעט, די וועט מען לאזן זיי זאלן אליינס אויפציען די קינדער און זיי מחנך זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן פון אונזער גלות.