מכתב יומי
כט תמוז תשפ
July 21 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, כ"ט תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
דער אייבערשטער פרובירט דיר אויס, ער וויל זען אויב דו וועסט בלייבן שטארק אדער דו וועסט צעפאלן.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה לד, ב) אויפ'ן פסוק (תהלים יא, ה): "ה' צַדִּיק יִבְחָן" - דער אייבערשטער פרובירט אויס צדיקים, אָמַר רַבִּי יוֹנָתָן: "הַיּוֹצֵר הַזֶּה אֵינוֹ בּוֹדֵק קַנְקַנִּים מְרוֹעָעִים, שֶׁאֵינוֹ מַקִּישׁ עֲלֵיהֶם אַחַת עַד שֶׁהִיא פּוֹקַעַת, וּמַה הוּא בּוֹדֵק, קַנְקַנִים יָפִים, שֶׁאֲפִלּוּ הוּא מַקִּישׁ עָלָיו כַּמָּה פְּעָמִים אֵינוֹ נִשְׁבָּר", דער טעפער וואס מאכט ערדענע כלים, ווען ער וויל אויספרובירן צי די כלים זענען גענוג שטארק קלאפט ער נישט אויף די שוואכע כלים, ווייל זיי קענען זיך גרינג צעברעכן, נאר ער קלאפט אויף די שטארקע כלים, אזוי איז ער עס בודק, "כָּךְ אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְנַסֶּה אֶלָּא אֶת הַצַּדִּיקִים", אזוי אויך פרובירט דער אייבערשטער נאר אויס די צדיקים, ווייל ער ווייסט אז זיי וועלן אים נישט אפלאזן ווען עס גייט זיי שווער.
רבי יוסי זאגט: דער מענטש וואס פלאנצט פלאקס, ווען ער האט גוטע פלאקס קלאפט ער אויף זיי און ער צעהאקט זיי. און ווי מער ער קלאפט אויף זיי ווערן זיי בעסער און בעסער, אזוי אויך טוט דער אייבערשטער אויספרובירן די צדיקים, אזוי ווי עס שטייט "ה' צַדִּיק יִבְחָן".
רבי אליעזר גלייכט דאס צו צו א בעל הבית וואס האט צוויי קוען, "אַחַת כֹּחָהּ יָפֶה וְאַחַת כֹּחָהּ רָע", איין קו איז א שטארקע קו און איינס איז א שוואכע קו, "עַל מִי הוּא נוֹתֵן הָעֹל", אויף וועלכע קו לייגט ער ארויף די שווערע עול? "לֹא עַל אוֹתָהּ שֶׁכֹּחָהּ יָפֶה", צי דען נישט אויף די שטארקע? "כָּךְ אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְנַסֶּה אֶלָּא אֶת הַצַּדִּיקִים", אזוי אויך טוט דער אייבערשטער אויספרובירן די צדיקים, אזוי ווי עס שטייט "ה' צַדִּיק יִבְחָן".
אז דו וועסט זיך דערהאלטן וועט זיין שיינע זאכן פון דיר.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.