מכתב יומי
טו אב תשפ
August 05 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך הייב אן צו פארשטיין וואס מוהרא"ש שרייבט אסאך מאל אין אשר בנחל: "קיינער זאל דיר נישט זאגן בשם מוהרא"ש וואס צו טון, מענטשן נוצן דעם נאמען 'מוהרא"ש, מוהרא"ש'; וואס דו הערסט פון מיר אליינס און וואס דו זעסט אין מיינע ספרים - דאס איז מוהרא"ש".
איך פלעג דאס נישט אזוי פארשטיין, 'ווי קען זיין אז א צדיק לעבט און מען נוצט זיין נאמען, יעדער איינער טוט וואס ער וויל?!' יעצט זע איך דאס ביי אונז, מען זאגט זאכן אין מיין נאמען וואס הייבט זיך נישט אן, יעדער איינער נוצט דעם ראש ישיבה'ס נאמען פארוואס ער וויל און פארוואס ער חלומ'ט, סיי ביי די אינגעלייט און סיי ביי די פרויען.
דעריבער בעט איך דיר, אויב דו ווילסט וויסן וואס איך האב דיר צו זאגן זאלסטו קוקן אין די בריוו וואס שטייט אין ספר עצתו אמונה; לערן די בריוו וועסטו זען ווי אזוי זיך צו פירן, דו וועסט באקומען שכל אין יעדן פרט ופרט.
איך האף דיר צו זען זונטאג ביי די סיום מסכת שבת און חנוכת הבית פאר אונזער תלמוד תורה.
היינט נאכט וועט זיין א צאמקום פאר די פרויען, בלייב אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען קומען נעמען חיזוק.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך בעט אייך אלע טייערע אנשי שלומינו, מאכטס שוין טיקעטס צו קומען צום הייליגן רבינ'ס ציון; לכתחילה זאלט איר נישט ארויספארן שפעטער פון דינסטאג נאכט פאר ראש השנה ווייל עס איז איינגעשטעלט צו פארן מיטוואך, בפרט היי יאר ווען מען דארף נעמען צוויי פליגערס, ווער ווייסט צי מען וועט קענען אנקומען אין צייט אויף ראש השנה, אויסער אויב מען קען נישט, אבער לכתחילה זאל מען ארויספארן פון זונטאג ביז דינסטאג; איך וועל אם ירצה ה' פארן זונטאג.
איך האף דיר צו זען זונטאג ביים סיום מסכת שבת.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.