מכתב יומי
יא אדר ב' תשע"ט
March 18 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
ב' פרשת צו, י"א אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
קוק נישט אויף קיינעם; אלע דיינע פראבלעמען קומען פון דעם וואס דו קוקסט אויף אנדערע.
געדענק די ווערטער פונעם תם (ספורי מעשיות, מעשה ט, מחכם ותם): "דאס איז מיין מעשה און דאס איז זיין מעשה, און וואס דארף איך שמועסן פון אנדערע?" אז דו וועסט דאס שטענדיג האלטן פאר די אויגן וועט דיר אלעס גיין גרינגער.
כאפ אריין אביסל גוטס; נעם שוין א חומש און לערן אביסל חומש רש"י, נעם א משניות און כאפ אריין אפאר פרקים; דאס וועט בלייבן מיט דיר. געדענק וואס רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "די וועלט איז נישט און מען קען זי נישט באקומען, תורה ותפילה איז יא, און מען קען עס באקומען".
אז דו קענסט גיין באזוכן הבחור ... נרו יאיר לרפואה שלימה וועלכער ליגט נעבעך אין שפיטאל וועסטו זיך איינקויפן גרויסע זכותים, אזוי אויך וועסטו אויפהערן קרעכצן און אנהייבן דאנקען דעם אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א גוטע נאכט.