מכתב יומי

יב אדר ב' תשפ"ב

March 15 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת צו, י"ב אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 מרת ... תחי'


הערט אויף צו הערן האטליינס און ליינען מאגאזינען; דאס מאכט דערשראקן און נערוועז. וואס דארפט איר הערן יענעמ'ס צרות און יענעמ'ס שרעק? פארוואס זאלט איר זיך פייניגן אומזיסט? קוקט גוט וועט איר זען וואס פאסירט מיט אייך נאכן ליינען די אלע ארטיקלען, איר הויבט אן פאניקן, איר הויבסט אן שוויצן; איך בעט אייך, ווארפט ארויס פון אייער שטוב אלע מאגאזינען און רופט נישט קיין האטליינס.


ליינט די שיינע בריוו פון עצתו אמונה און איש אמונות, ליינט נאר די זאכן; די שטעטל בלעטל און די אנדערע גליונות. הערט נאר קול ברסלב און די קוואל פאר די אידישע שטוב - וועט איר ווערן רואיג און צופרידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.