מכתב יומי

י אדר תשע"ח

February 25 2018

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תשא, י' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר האבן זוכה געווען צו מקיים זיין דעם שבת די מצוה פון מחיית עמלק; וואס טוט עמלק? זאגן חכמינו זכרונם לברכה (תנחומא כי תצא, ט): "חוֹתֵךְ זְנָבוֹת וְזוֹרְקָם כְּלַפֵּי מַעְלָה", עמלק נעמט 'זְנָבוֹת' – וויידלעך, דאס הייסט מענטשן וואס זענען אזוי ווי א וויידל, פשוט'ע מענטשן, 'וְזוֹרְקָם כְּלַפֵּי מַעְלָה' און ער ווארפט זיי ארויף; ער מאכט זיי פאר גרויסע רבי'ס וכו'. בשעת וואס די אמת'ע צדיקים, די אמת'ע ערליכע אידן, זיי מאכט ער אז מען זאל זיי אראפ קוקן וכו'.


עס טוט זייער וויי צו זען ווי מען איז מבזה דעם רבי'ן; ווען מען ווערט געוואר אויף איינעם אז ער נעמט חיות פון רבי'ן איז מען אים מבזה, מען העצט אנקעגן אים און מען דערווייטערט זיך פון אים.


דאס אלעס טוט עמלק; ער פארשטעלט דעם אמת'ן צדיק. דער צדיק וואס קען צוריק ברענגען יעדן איינעם צום אייבערשטן, אפילו מענטשן וואס זענען שוין זייער ווייט – פארשטעלט אים דער ס"ם אינגאנצן. ווען דער רבי איז געפארן קיין נאווריטש, אויפן וועג האט ער געזאגט אזוי (חיי מוהר"ן, סימן רנא): "יֵשׁ לְאֵל יָדִי לְהַחֲזִיר כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ לְמוּטָב, וְלֹא בִּלְבַד אֲנָשִׁים פְּשׁוּטִים אֶלָּא אֲפִלּוּ צַדִּיקִים וַאֲנָשִׁים גְּדוֹלִים אֲנִי יָכוֹל לְהַחֲזִירָם לְמוּטָב. כִּי גַּם הַצַּדִּיקִים צְרִיכִים לְהַחֲזִירָם לְמוּטָב", איך קען צוריק ברענגען די גאנצע וועלט צום אייבערשטן; קומט עמלק און מאכט ליצנות אויף די אמת'ע צדיקים, ער נעמט אנשים פשוטים בבחינות וויידלעך: "וְזוֹרְקָם כְּלַפֵּי מַעְלָה", ער מאכט זיי גרויס וכו', אלעס נאר צו פארשטעלן דעם אמת'ן צדיק.


עס ווערן מקורב אינגעלייט און בחורים און זייערע עלטערן ווילן נישט רעדן מיט זיי, זיי האקן אפ און העצן אויף די גאנצע משפחה קעגן זיי, ווען זייער איינציגסטער חטא איז אז זיי קומען אויף אומאן, אדער ווייל זיי שיקן זייערע קינדער אין ברסלב; וואס איז אונזער עבירה אז מען דארף אונז אזוי מרחק זיין? וואס ווילן מיר שוין? פארוואס זענען מיר געקומען קיין ברסלב? וואס וויל שוין דער רבי פון אונז?! נאר אז מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן, מיר זאלן טראכטן פונעם אייבערשטן און לערנען די הייליגע תורה.


דער רבי האט געזאגט (עיין חיי מוהר"ן, סימן תב): "איך האב די כח אראפצונעמען פון מיר אלע מחלוקת און די גאנצע וועלט זאל קומען צו מיר און שרייען 'יחי אדונינו מורינו ורבינו', נאר עס איז דא פלעצער וואו מען קען נישט אנקומען נאר דורך 'בזיונות'".


איך וויל דיר מחזק זיין אז דו זאלסט אויך נעמען א חלק אין די גאולה. מאך דיר א חשבון, מיר האפן אלע אז משיח קומט היינט, ווען ער וועט דיר פרעגן: "האסטו היינט עפעס געטון אז איך זאל קענען קומען?" ווי גרויס וועט זיין די בושה; וואס וועלן מיר זאגן פאר משיח? אויב מען איז נישט עוסק אין מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן וועלן מיר נישט האבן וואס צו ענטפערן, אבער אז מען גייט פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר אידישע קינדער וועלן מיר זיך נישט דארפן שעמען; מיר וועלן זאגן: "משיח, איך בין היינט ארום געגאנגען מיט ספרים וואס זענען מחזק אויף אמונה פשוטה", "משיח, איך האב היינט מפיץ געווען קונטרסים פאר בחורים", "משיח, נאך א בחור האט אנגעטון תפילין בזכות מיין הפצה", "משיח, היינט האב איך געגעבן סידי'ס וואס האבן ניגונים פון אמונה, אז נאך א איד זאל וויסן אז עס איז נישט עק וועלט ווען עס גייט אים נישט אזוי ווי ער וויל".


ווער עס איז עוסק אין 'הפצה' וועט אייביג האבן געלט אין טאש. אפילו דו קענסט נישט גיין אסאך, געדענק: 'אביסל איז אויך גוט'; עס איז גוט צו האלטן מיט זיך שטענדיג א פעקל ספרים מיט סידי'ס כדי צו קענען מזכה זיין נאך א איד. שעם זיך נישט פון קיינעם, שעמען דארפן זיך די וואס גייען צו רבי'ס וואס זיי באקומען גארנישט דארט. מיר דארפן זיך נישט שעמען אז מיר האבן א רבי וואס האט רחמנות אויף יעדן איינעם און האט עצות ווי אזוי צוריק צו ברענגען יעדן איינעם צום אייבערשטן.


דער רבי האט געזאגט פאר ר' נפתלי (חיי מוהר"ן, סימן רטו): (ווען דער רבי האט אים געבעטן צו זינגען און ער האט זיך געשעמט) "וואס האבן מיר זיך צו שעמען? בשבילנו נברא העולם"; עס וועט קומען א טאג וואס דו וועסט זען וואס 'הפצה' איז.


איך לויף אריין צו די בחורים, א גוטן טאג.