מכתב יומי

ח אדר תשפ"ו

February 25 2026

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, ח' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס קומט די וואך שבת זכור, מיר גייען אויסמעקן עמלק, דער עיקר דארפן מיר ארויסנעמען פון אונזער הארץ – עמלק; די ספיקות און קרירות וואס עמלק ברענגט אריין, די ספיקות און בלבולים וכו'. מוהרא"ש זאגט, נאכן אויסמעקן עמלק קען מען זיין פרייליך, נאך שבת זכור קומט פורים, ווייל פרייליך קען מען נאר זיין ווען די אמונה איז גאנץ, די אמונה איז קלאר און לויטער.


די עצה פאר אמונה איז בעטן: "הייליגער באשעפער געב מיר א שטארקע אמונה, הייליגער באשעפער איך שעם זיך אזוי שטארק פון דיר אז איך האב בלבולים און ספיקות, העלף מיר, געב מיר א קלארע לויטערע אמונה, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר, איך זאל שטענדיג געדענקען אז דו ביסט דא, דו ביסט מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, איך זאל גלייבן אז דו הערסט מיך אויס ווען איך רעד צו דיר" וכו'.


מוהרא"ש זאגט, עס איז א רחמנות אויף דעם מענטש וואס מיינט אז ער האט איינעם וואס קען אים העלפן, א רחמנות, א רחמנות; א מענטש האט קיינעם נישט בזה העולם, נאר דעם אייבערשטן. דאס ווערט נתגלה פורים, דאס האט אסתר המלכה געטון מיט די אידן, זי האט איינגעלאדנט המן מיט אחשורוש פאר א סעודה, אז די אידן זאלן זיך נישט איינרעדן און זאגן (מגילה טו:): "אחות יש לנו בבית המלך", מיר האבן א קאנדידאט אין פאלאץ וואס וועט אונז העלפן; ווייל וויי און ביטער איז אז מען פארלאזט זיך אויף א בשר ודם, מיר האבן נאר דעם אייבערשטן, און אז מען בעט, אז מען שרייט צו אים – העלפט ער, והבן למעשה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.