מכתב יומי
ט אייר תשע"ט
May 14 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
די ערשטע זאך אינדערפרי זאלסטו גיין דאווענען, שטופ עס נישט אפ אויף שפעטער. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לא): "דאווענען איז אזוי גרויס אז מען טאר דאס נישט אוועק שטופן אויף שפעטער"; איינמאל מען שטופט דאס אפ קען מען דאס אינגאנצן פארלירן, מען געבט זיך איין דריי און עס ווערט חצות, און נאך חצות קען מען שוין נישט דאווענען שחרית.
קוק נישט אויף דיין עבר און שלעפ נישט מיט דיר דיין פארגאנגענהייט; גיי אין שול, דארט וועסטו אראפנעמען פון דיר אלע דיינע עבירות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות טז.): "אָמַר רַבִּי חָמָּא בֵּרַבִּי חֲנִינָא: לָמָּה נִסְמְכוּ אֹהָלִים לַנְּחָלִים וכו'? לוֹמַר לָךְ: מַה נְּחָלִים מַעֲלִין אֶת הָאָדָם מִטֻּמְאָה לְטָהֳרָה, אַף אֹהָלִים מַעֲלִין אֶת הָאָדָם מִכַּף חוֹבָה לְכַף זְכוּת", א שול איז אזוי ווי א טייך וואסער, פונקט אזוי ווי א טייך וואסער, ווען א טמא'נער מענטש גייט אריין זיך טובל'ען דארט קומט ער ארויס ריין, אזוי אויך ווען א איד גייט אין שול נעמט דאס אים ארויס פון זיין שלעכטס און ער ווערט אן ערליכער איד.
נעכטן האבן מיר אנגעהויבן נאכאמאל לערנען נ"ך; מיר לערנען יעדן טאג צוויי קאפיטלעך, אזוי זענען מיר מסיים יעדעס יאר נביאים וכתובים. בארעכן זיך און מאך זיך א חשבון אז דו זאלסט אויך זוכה זיין צו לערנען און מסיים זיין כאטש איין מאל אין דיין לעבן גאנץ נביאים וכתובים. דער הייליגער רבי האט געזאגט: "נ"ך איז מיין מוסר ספר"; ווען מען לערנט נ"ך זעט מען אן אינטערסאנטע זאך, יעדעס מאל ווען עס איז געווען שלעכטע צייטן פאר די אידן, א רשע איז געקומען און געוואלט שלעכטס טון, האבן זיי געשריגן צום אייבערשטער און דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן. נאכדעם האבן זיי ווייטער פארגעסן פונעם אייבערשטער האט זיי דער אייבערשטער נאכאמאל געשיקט א רשע זאל קומען מלחמה האלטן מיט זיי און ווען זיי האבן ווייטער געזען אז זיי קענען זיך נישט קיין עצה געבן האבן זיי נאכאמאל תשובה געטון; פון דעם קען זיך יעדער מענטש לערנען וואס ער האט צו טון ווען ער האט חס ושלום א צרה.
געב אכטונג פון מענטשן וואס מאכן ליצנות און רעדן אנטקעגן די דיבורים וואס מען רעדט ביי אונז; זוך דיר אויף צווישן אנשי שלומינו גוטע חברים, עס זענען דא ביי אונז טייערע יונגעלייט וואס קענען דיר זיין א גוטע חברותא. מיין עיקר הצלחה אין היכל הקודש איז געווען אז איך האב זיך שטענדיג געהיטן פון מענטשן וואס רעדן ליצנות אויף מוהרא"ש. איך האב דיר צו דערציילן אסאך מעשיות ווי אזוי איך בין געראטעוועט געווארן פון מענטשן וואס האבן זיך געדריידט אין היכל הקודש, מענטשן וואס האבן משמש געווען מוהרא"ש און אויסגעקוקט ווי זיי זענען פון די נאנטע מענטשן ביי מוהרא"ש אבער זיי פלעגן זיך ווערטלען אויף מוהרא"ש (לפנים האבן זיי נישט גערעדט אנטקעגן, נאר זיך געווערטלט). פון זיי בין איך אוועקגעשטאנען און מיט זיי האב איך נישט גערעדט, פארשטייט זיך אז איך האב אכטונג געגעבן זיי זאלן נישט וויסן וואס איך האלט פון זיי כדי נישט צו מאכן קיין מחלוקת, אבער ביי מיר אין הארץ האב איך געוויסט מיט וועם צו רעדן און פון וועם צו נעמען התחזקות; איך האב געוואוסט ביי מיר אז זיי זענען סם המות פאר מיר.
דאס זעלבע זאג איך דיר מיין ליבער תלמיד: איך האב דיר ליב און איך האב זיך אסאך אוועק געגעבן פאר דיר, פאר דיין לעבן. נאך אלץ בחור ווען קיינער האט נישט געוואלט האבן מיט דיר צוטון האב איך דיר אריין גענומען און געזארגט פאר דיר פאר א שידוך, איך האב דיר געלערנט ווי אזוי צו לעבן מיט א ווייב, ווי אזוי צו מחנך זיין קינדער און ווי אזוי צו לעבן בכלל מיט מענטשן ובפרטיות מיט טאטע מאמע, שווער און שוויגער וכו' וכו', בעט איך דיר זאלסט נישט האבן צוטון מיט לצים, זאלסט נאר זוכן ווי צו העלפן אז נאך א איד זאל וויסן פון די זיסע וואסער, די ריינע נחל נובע מקור חכמה.
איך דארף אריין לויפן צו די בחורים; מיט זיי האב איך ליב צו זיצן ווייל זיי שלינגען יעדן דיבור וואס מען רעדט פון רבי'ן. זיי לערנען מיר נאך נישט ווי צו פירן וכו' און ווי אזוי צו מחנך זיין וכו'.
איך ענדיג מיט א ווארט וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן. שלמה המלך זאגט (משלי ט, יב): "אִם חָכַמְתָּ - חָכַמְתָּ לָּךְ, וְלַצְתָּ - לְבַדְּךָ תִשָּׂא", אויב ביסטו קלוג - ביסטו קלוג פאר דיר און אויב מאכסטו ליצנות מאכסטו נאר פאר דיר אליין ליצנות; חזר דיר איין זאלסט דאס שטענדיג געדענקען: 'א מענטש האט קיינעם נישט אויף די וועלט, נאר דעם אייבערשטן!' דאס האב איך מקבל געווען פון מוהרא"ש.
קוק אין די צוואה וואו מוהרא"ש שרייבט (צוואת מוהרא"ש אות ט): "זִכְרוּ הֵיטִיב וּתְיַישְּׁבוּ עַצְמְכֶם וְאָז תִּרְאוּ כִּי שָׁוְא תְּשׁוּעַת אָדָם, וְהַכֹּל הֶבֶל הֲבָלִים", געדענקט גוט און נעמט גוט אריין אין אייער קאפ אז איר האט קיינעם נישט אויף די וועלט, עס איז א שאד זיך צו פארלאזן אויף מענטשן, "אַף אֱחָד לֹא יָכוֹל לַעֲזוֹר לָכֶם, וּמִכָּל שֶׁכֵּן שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לְהַזִּיק לָכֶם", קיינער קען אייך נישט העלפן און זיכער נישט שלעכטס טון, "וְעַל כֵּן אַל תִּירָאוּ וְאַל תֵּחַתּוּ מִשּׁוּם בִּרְיָה שֶׁבָּעוֹלָם, וּמִכָּל שֶׁכֵּן שֶׁאַל תַּחֲנִיפוּ אֶת שׁוּם בִּרְיָה, כִּי לֹא יוֹעִיל כְּלָל, אֶלָּא עוֹד יַזִיק לָכֶם בִּבְרִיאוּתְכֶם", דעריבער זאלט איר נישט מורא האבן פון קיין שום מענטש און איר זאלט זיך נישט חנפ'נען צו קיינעם, ווייל דאס וועט אייך גארנישט העלפן. פארקערט, דאס וועט אייך שאטן צום געזונט, "כִּי כְּשֶׁאָדָם שָׂם בִּטְחוֹנוֹ בְּבָשָׂר וָדָם, וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁאֵינוֹ נַעֲשָׂה כִּרְצוֹנוֹ אֲזַי בָּא לִידֵי אַכְזָבוֹת גְּדוֹלוֹת עַד מְּאֹד, וְנִשְׁבָּר לְגַמְרֵי, וְנוֹפֵל רוּחוֹ, וְנֶחֱלַשׁ דַּעְתּוֹ", ווייל ווען מען פארלאזט זיך אויף מענטשן און דערנאך זעט מען אז יענער איז נישט אינטערעסירט דיר צו העלפן און ער קען דיר נישט העלפן, דאן ווערט מען זייער אנטוישט און זייער צעבראכן, "אֲבָל בָּזֶה שֶׁמַּכְנִיסִים אֶת עַצְמוֹ לְגַמְרֵי בֶּאֱמוּנָה פְּשׁוּטָה בּוֹ יִתְבָּרַךְ, אָז מַצְלִיחִים בְּכָל הָעִנְיָנִים, כִּי אֵינוֹ חוֹנֵף לְשׁוּם בִּרְיָה, וְכֵן אֵינוֹ מִתְיָרֵא מִשּׁוּם בִּרְיָה, וְחַי אֶת הַחַיִּים שֶׁלּוֹ", אבער אז מען גלייבט אינעם אייבערשטער און מען פארלאזט זיך אויף אים - איז מען זייער מצליח, עיין שם.
דאס האט מוהרא"ש גע'חזר'ט מיט אונז זיין גאנץ לעבן, אז מיר זאלן זיך אריין נעמען אין קאפ אז מיר האבן קיינעם נישט אויף די וועלט - נאר דעם אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.