מכתב יומי

ט אלול תשפ"ב

September 05 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


מיר האבן געהאט א הערליכע זומער אין קרית ברסלב; איך בין נאכאלץ נישט ביי מיר פונעם שיינעם זומער, הלוואי וואלט איך געקענט בלייבן וואוינען אין שטעטל, הלוואי וואלט איך געקענט האלטן די ישיבה א גאנץ יאר אין שטעטל; די שטעטל איז אזוי ריין, אזוי זויבער, מען זעט נאר אייבערשטער, נאר שמים וארץ; ארומגענומען מיט אנשי שלומינו וואס לעבן חוץ לישוב, אינעם רינג פונעם בעל תפילה.


פארליר זיך נישט; אמת, יעצט זעט אויס אלעס שווארץ, עס זעט אויס ווי דו גייסט אונטער, די מצב מיט דיינע חובות זענען שרעקליך; אבער אז דו וועסט זיך מאכן א חשבון וויפיל ניסים דער אייבערשטער האט שוין מיט דיר געטון ביז אהער, וועסטו זען אז דו ביסט איין שטיק נס, און דער אייבערשטער וועט מאכן מיט דיר נאך ניסים.


בנוגע פארן קיין אומאן וכו'; בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין אנצוקומען קיין אומאן. זארג נישט פון וואו דו וועסט האבן געלט; די אלע טויזנטער מענטשן וואס קומען קיין אומאן, רוב פון זיי קומען אן קיין איין פרוטה; בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט קענען זיין ביים רבי'ן.


דאס וואס דו זאגסט, פארוואס זאלסטו קומען די יאר נאכאמאל ווען דו זעסט נישט וואס דער רבי האט געטון מיט דיר? מיט'ן האבן געווען אין אומאן פאריאר איז דיר נאכאלץ אריבער א שווערע יאר! וואס ווייסטו וואס דער רבי האט ממתיק געווען פון דיר דינים, וואס רעדסטו? דו האסט דען אן אנונג וואס איז נגזר געווארן אויף דיר פאריאר און דער רבי האט דאס ממתיק געווען, אויפגעטוישט אויף די שוועריקייטן... ווען מען וואלט דיר געוויזן די שווערע דינים און דיר געפרעגט: "ווילסטו טוישן די שווערע ביטערע גזירות אויף די שוועריקייטן?" וואלסטו זיכער געכאפט די שווערע טעג דיינע וכו'.


גיי אביסל התבודדות און געב אכטונג ביי התבודדות נישט נאר בעטן, נישט נאר וויינען; הויב אן די התבודדות מיט שבח והודאה, זוך גוטס אויף וואס צו דאנקען - וועסטו זען ווי גוט דער אייבערשטער איז צו דיר.


הויב אן מעביר סדרה זיין שוין היינט, לאז דאס נישט ביז סוף וואך; דאס וועט דיר ראטעווען פון עבירות, דאס איז א תיקון הברית.


איך בין שוין צוריק אין ישיבה. איך בין אזוי פרייליך אז איך קען ווייטער זיצן ביים רבי'ן אין ישיבה מקבל זיין די זיסע עצות פונעם נחל נובע מקור חכמה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.