מכתב יומי
יב חשון תשפ
November 10 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת וירא, י"ב חשון, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד תלמידי הבחור ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.
איך בעט דיר זייער שטארק זיך; דער אייבערשטער איז מיט דיר, דער אייבערשטער וועט דיר ברענגען דיין שידוך בקרוב.
זאג די קרבנות הנשיאים; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך זאל זאגן אסאך די "קָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן", ביז'ן סוף; וואס דאס איז די קריאה וואס מען ליינט חנוכה, עס איז געדרוקט אין יעדע סידור ביי קריאת התורה, 'קריאה לחנוכה'; ווען מען ענדיגט דאס זאגן, בעט מען דעם אייבערשטן - יעדער איינער אויף זיין שפראך: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג בזכות וואס איך האב געפאלגט וואס דער הייליגער רבי זאגט, אז מען זאל זאגן די קרבנות הנשיאים; העלף מיר באשעפער איך זאל שוין זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג, עס איז מיר אזוי שווער צו זיין א פלג גוף, און עס איז מיר זייער שווער צו זיין ערליך ווען איך בין אליינס, איך וויל חתונה האבן וכו' וכו'".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.