מכתב יומי

ט טבת תשע"ח

December 27 2017

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט געפאלט די יארצייט פונעם הייליגן ר' נתן זכרונו לברכה; אין ישיבה וועט אם ירצה ה' פארקומען א יארצייט סעודה אום זיבן אזייגער, איך האף אז דו וועסט קומען צו די סעודה זיך מחזק זיין.


דער הייליגער ר' נתן זכרונו לברכה איז נפטר געווארן עשרה בטבת שנת תר"ה לפרט קטן, עס איז אויסגעפאלן אין א פרייטאג. מען וואלט אים נאך געקענט מקבר זיין מבעוד יום, אבער ר' נתן האט געזאגט: "איך וויל בלייבן נאך א נאכט מיט ענק", דערפאר האט מען אים געלאזט אין זיין שטוב ביז מוצאי שבת, ערשט דעמאלט האט מען געמאכט די לוי'. די גאנצע שטאט איז זיך צוזאמגעקומען צו די לוי' - אנשים נשים וטף, יעדער האט געוויינט, אפילו די מתנגדים וואס האבן אים גע'רודפ'ט זיין גאנץ לעבן, אלע זענען געקומען צו די לוי', זיי האבן געזאגט: "וואס האבן מיר געוואלט פון דעם איד, פארוואס האבן מיר אים גע'רודפ'ט וכו'?"


דעם לעצטן ראש השנה פון רבי'ן - שנת תקע"א, איז דער ברסלב'ער רב ר' אהרן זכרונו לברכה געקומען פרעגן דעם רבי'ן וואס ער זאל טון וועגן קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, ער האט געזאגט פארן רבי'ן אז די ראשי קהילה זאגן אים אז ער קען נישט אוועקפארן, ער טאר זיי נישט איבערלאזן וכו' און אויב ער וועט אוועק פארן אויף ראש השנה וועט ער פארלירן זיין פרנסה וכו', האט אים דער רבי געזאגט: "דעמאלט קענסטו נישט קומען; בלייב מיט זיי אין ברסלב".


למעשה איז ער טאקע נישט געקומען. ווען ר' נתן האט געהערט דערפון, אז ער איז נישט געקומען ווייל דער רבי האט אים געזאגט קום נישט, האט ער געזאגט: "אפילו דער רבי זאל נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיר אוועק טרייבן, וואלט איך אויך נישט אוועק געגאנגען".


דער רבי האט געהאט א תלמיד ר' ליפא, ער איז געווען א גרויסער סוחר. איינמאל איז ער געפארן אויף א גרויסער יריד צו מאכן געשעפטן, האט ער געטראכט אז ער וועט קודם גיין צום רבי'ן נעמען א ברכה. שבת ביי שלש סעודות האט אים שוין די הויט געברענט אז דער רבי זאל שוין ענדיגן די תורה, כדי ער זאל שוין קענען פארן צום יריד פארדינען געלט. אבער אזוי ווי דער הייליגער רבי האט דאך אלעס געזען, האט ער אים מרמז געווען אינמיטן די תורה אז עס שטייט אין תיקוני זוהר (תיקון ג' מהתיקונים האחרונים): "חֲיֵיכִת בְּהוֹן בְּעוּתְרָא בְּהַאי עָלְמָא, וּלְּבָתַר, קְטִילַת בְּהוֹן", געלט לאכט צום מענטש אין די יונגע יארן, און שפעטער הרג'עט דאס דעם מענטש; דער רבי האט געוואלט מיט דעם מרמז זיין פאר ר' ליפא אז נישט אלעס איז געלט וכו', ר' ליפא האט זיך באליידיגט פון דעם, ער איז אוועק געגאנגען פון רבי'ן און מער נישט געקומען.


יארן שפעטער האט אים ר' נתן געטראפן, ער האט אים געפרעגט: "ליפא, וואו ביסטו אנטלאפן, עמנו הייתם?" האט אים ר' ליפא געזאגט: "דער רבי האט מיך פארשעמט", מיינענדיג די תורה וואס דער רבי האט דעמאלט געזאגט און אים מרמז געווען אין די תורה, זאגט אים ר' נתן: "ליפא! פון אזא רבי'ן גייט מען אוועק?! זאל דער רבי נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיך שלאגן וועל איך אויך נישט אוועק גיין"; דאס איז געווען ר' נתן. ער איז געווען צוגעבינדן צום רבי'ן מיט א מורא'דיגע שטארקייט, 'אפילו דער רבי אליין זאל מיר וועלן אוועק טרייבן, וועל איך נישט איבער לאזן אזא רבי'.


עס איז דא אסאך צו דערציילן איבער די פטירה פון ר' נתן, איך וועל דיר נאך אם ירצה ה' שרייבן מער באריכות אן אנדערע מאל, ווייל איך שפיר מיר נישט אזוי גוט. נאר איין קליינע מעשה פון ר' נתן ז"ל וועל איך דיר שרייבן. פרייטאג צו נאכטס האט ר' נפתלי זכרונו לברכה - ר' נתנ'ס חבר - זיך גע'חלומ'ט, ווי ער זעט ר' נתן לויפן זייער שנעל, ער האט נאך נישט געוואוסט אז ר' נתן איז שוין נסתלק געווארן, האט ער אים געפרעגט: "ר' נתן וואו לויפסטו?" האט אים ר' נתן געענטפערט אין חלום: "איך לויף גלייך צום רבי'ן!" האט ר' נפתלי פארשטאנען אז ר' נתן איז נסתלק געווארן.


די מעשה דארף אונז מחזק זיין, אז אפילו עס גייט אריבער אויף אונז שוועריקייטן וכו', זאלן מיר נאך מאכן ר' נתן ז"ל און לויפן גלייך צום רבי'ן; נעמען דעם רבינ'ס ספרים און דאס חזר'ן און חזר'ן ביז מיר וועלן זוכה צו אלע גוטע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.