מכתב יומי

ט טבת תשע"ט

December 17 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


היינט נאכט איז דער יארצייט פון הייליגן רבי נתן זכותו יגן עלינו; רבי נתן האט געזאגט פאר ער איז נסתלק געווארן: "עֶזְרָא הַסּוֹפֵר גֵייט אַוֶועק פוּן דֶער וֶועלְט, אוּן טְרֵיף פָּסוּל אִיז זִיךְ מִתְגַּבֵּר, אַזוֹי פִיל וִוי סְ'אִיז הַיינְט דָא אֲלָפִים וּרְבָבוֹת טְרֵיף פָּסוּל; נָאר אַיין בְּלֶעטְל פוּן רֶבִּינְ'ס סְפָרִים וֶועט זַיין אַ תִּיקוּן אוֹיף אַלְסְדִינְג", און ער האט אויסגעפירט: "אִיךְ זָאג אַייךְ אָן אַז אַייעֶר עוּבְדָא זָאל זַיין אִיר זָאלְט דְרוּקְן דִּי סְפָרִים, עֶס זָאל זַיין 'יָפוּצוּ מַעְיְנֹתֶיךָ חוּצָה'; אִיר זָאלְט זַיין שְׁטַארְק מִיט 'גֶעלְט' מִיט 'רָצוֹן' אוּן מִיט 'טִרְחָא'" (עזרא הסופר איז נסתלק געווארן עשרה בטבת; ר' נתן האט דאס מרמז געווען אויף זיך, אז ער האט האט נשמת עזרא הסופר).


ווען עס קומט דעם טאג פון רבי נתן'ס יארצייט דארפן מיר זיך מחזק זיין און זיך אויפפרישן עוסק צו זיין אין פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים אויף די גאנצע וועלט. מיר דארפן זיין שטארק מיט 'געלט' מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'; אז איינער קען ברענגען געלט צו דרוקן - זאל ער ברענגען געלט, אז איינער קען קומען העלפן דרוקן - זאל ער קומען דרוקן, אז איינער קען גיין ביי די הייזער מיט די ספרים וכו' זאל דער דאס טון; יעדער איינער זאל צולייגן א האנט צו האבן א חלק אין מגלה זיין דעם אייבערשטן אויף די גאנצע וועלט.


די מתנגדים האבן אמאל געצימבלט רבי נתן און אים געפרעגט: "וואס וועסטו טון אז דו וועסט ארויף קומען אויבן אויף יענע וועלט און מען וועט דיר פסק'נען גיהנום?" האט ר' נתן געענטפערט: "וועל איך זאגן פאר יעדן איינעם וואו דער רבי איז און יעדעם אהין שיקן"; דאס איז געווען דער הייליגער רבי נתן, ער האט גארנישט געהאט מיט זיך, איך בין נישט דא - נאר פארשפרייטן פאר אלעמען אז עס איז דא א רבי וואס קען יעדן איינעם העלפן. דאס דארפן מיר זיך פארנעמען ווען מיר שטייען אין אזא טאג, אז מיר וועלן אויך פארשפרייטן דעם הייליגן רבי'ן אז די גאנצע וועלט זאל וויסן פון די ליכטיגע עצות.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.