מכתב יומי
ט טבת תשפ
January 06 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך
ב' פרשת ויחי, י' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
ביי אונז האט מען נישט געמאכט אן עסק פון ניטל; מוהרא"ש האט געהערט פון הרב החסיד רבי לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה, אז אנשי שלומינו פלעגן זיך לייגן שלאפן יעדע נאכט גלייך נאך מעריב, ממילא איז בכלל נישט געווען די גאנצע שאלה פון לערנען ניטל נאכט ווייל פון מעריב ביז חצות איז מען סיי ווי געשלאפן.
מוהרא"ש זאגט אז די גאנצע מקור פון ניטל קומט פון תשובת רש"י הקדוש (עיין בספר מטעמים, מערכת אות הנ', ערך ניטל, אות א); אמאליגע צייטן פלעגן זיך די גוים צוזאמקומען אינעם יום הולדת פונעם אותו האיש ימח שמו, זיי פלעגן זיך אנ'שיכור'ן יענע נאכט און זיין זייער צעווילדעוועט וכו'; אויפ'ן וועג אהיים, זייענדיג אנגעטרינקען און צעלאזט פלעגן זיי שלאגן יעדן איד וואס זיי האבן אנגעטראפן דעמאלט אויפ'ן גאס, דערפאר האט מען געמאכט א גזירה אז אין דעם נאכט טאר מען נישט לערנען תורה וכו' אז די תורה זאל נישט גיין צו די סטרא אחרא וכו'. אבער דער עיקר כוונה פון דעם איז געווען פשוט אז מענטשן זאלן נישט געשעדיגט ווערן פון די ווילדע גוים וואס פלעגן אהיים קומען אנגעהיצט פון די גלחים וכו', פון דעם קומט דער מקור אז מען לערנט נישט ניטל נאכט, און פון דעם איז געווארן אז אפילו היינטיגע צייטן וואס דער טעם גייט שוין נישט אן האבן מענטשן מורא צו לערנען ניטל.
מוהרא"ש זאגט אז וויבאלד ביים רבי'ן רעדט מען זייער אסאך פון אמונה, אז דער אייבערשטער איז איבעראל און עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן, דערפאר האט מען נישט געמאכט קיין עסק פון דעם גאנצן דמיון פון אותו האיש וכו'; ווייל אז א מענטש לעבט מיט אמונה אינעם אייבערשטן, ער ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער און עס איז גארנישט דא אויסערן אייבערשטן, דער אייבערשטער איז מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", דעמאלט ווערט מקוים דער פסוק (תהילים צב, י): "יִתְפָּרְדוּ כָּל פֹּעֲלֵי אָוֶן"; ממילא דארף מען נישט מורא האבן פון די אלע זאכן, ווייל אלעס איז בטל ומבוטל.