מכתב יומי
ט כסלו תשע"ח
November 27 2017
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת וישלח, ט' כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
דער הייליגער רבי האט געהאט זייער גרויסע תלמידים, איינע פון די תלמידים איז געווען ר' שמואל אייזיק זכרונו לברכה, א גרויסער צדיק און א גרויסער בעל מדריגה. אמאל האט אים דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תמא): "וועגן אביסל בלוט זאלסטו פארלירן די וועלט און יענע וועלט? קרעכץ עס אויס!" יעדער מענטש ווערט געבוירן מיט שלעכטע מידות, מען מיינט אז אלעס קומט זיך אים, ער איז אייביג גערעכט; דאס קומט פון די הייסע בלוט וואס איז דא אינעם מענטש. אבער אז א מענטש האט שכל און ער פאלגט דעם רבי'ן וואס האט אונז געגעבן א מתנה "התבודדות", דאס הייסט אז א מענטש זאל אויסשמועסן זיין הארץ פארן אייבערשטן, אים דערציילן אלעס וואס באדערט אים, און אים בעטן אויף אלע שלעכטע מידות וכו', וואלט דער מענטש געהאט א חיים טובים, דאס האט דער רבי געזאגט: "שמואל אייזיק, וועגן אביסל בלוט זאלסטו פארלירן די וועלט און יענע וועלט? קרעכץ עס אויס!"
ווען א מענטש געוואוינט זיך צו זיך אויסצורעדן זיין הארץ פארן אייבערשטן, ער בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, העלף מיר עס זאל מיר נישט באדערן יעדע קלייניקייט. רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל נישט שרייען, איך זאל נישט ווערן פארלוירן וכו', העלף מיר איך זאל האבן שלום בית, מיר זאלן זיך פארשטיין. הייליגער באשעפער, האב רחמנות אויף מיר, איך וויל האבן א שיינע לעבן, א לעבן מיט שמחה, א לעבן מיט אמונה, א לעבן מיט ישוב הדעת. העלף מיר אייבערשטער איך זאל נישט זוכן צו זיין גערעכט וכו'"; אז א מענטש שרייט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן, האט מען א גוט לעבן. דערפאר זאלסטו פאלגן דעם רבי'ן, בעט כסדר די תפילה וואס איך האב דיר געשריבן, דער עיקר זאלסטו צולייגן דיינע אייגענע תפילות.
ווי מער א מענטש רעדט צום אייבערשטן ווערט אים קלארער זיין אמונה, עס ווערט ביי אים שטארק אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט אויסער דעם אייבערשטער, ער ווייסט ביי זיך אז דער אייבערשטער איז ממלא כל עלמין, וסובב כל עלמין, ובתוך כל עלמין, אין שום מציאות בלעדיו יתברך כלל.
מוהרא"ש זכרונו לברכה האט פארפאסט א ניגון אויף די ווערטער ווען ער איז געווען א בחור; מוהרא"ש פלעגט גיין אין פעלדער און אין וועלדער רעדן צום אייבערשטן, זייענדיג אליינס אין די פוסטע וועלדער האט ער מורא געהאט פון די חיות וכו', האט ער זיך אונטער געזינגען די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַך כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם". ער האט דאס גע'חזר'ט אן א שיעור מאל, ביז ער האט שוין נישט געהאט קיין שום פחד פון קיינעם, פון דעם איז געווארן דער שיינער ניגון. דאס זאלסטו אויך טון, זינג דיר ניגונים פון אמונה א גאנצן טאג, וועט דיר ווערן די אמונה זייער שטארק.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש תנחומא ויקרא, א): "דַּעַת קָנִיתָ מַאי חָסַרְתָּ", ווען א מענטש האט שכל, ער ווייסט אלעס איז דער אייבערשטער האט ער אלעס, אזא מענטש איז א גליקליכער מענטש, "דַּעַת חָסַרְתָּ מַאי קָנִיתָ", אויב האט מען נישט קיין שכל, מען ווייסט נישט אז אלעס איז דער אייבערשטער - האט מען גארנישט; א מענטש קען האבן געלט איבערן קאפ, אויב לעבט ער נישט מיט אמונה, האט ער גארנישט פון זיין גאנצע געלט, יעדע דאללער וואס ער האט, איז אים נאך א ווייטאג.
איינער האט אמאל געזאגט פאר ר' נתן אז זיין טאטע האט אים איבער געלאזט א ירושה פון טויזענט גאלדענע רענדלעך, האט אים ר' נתן זכרונו לברכה געזאגט: "האסטו טויזענט טויט'ן"; ווייל געלט איז נאר א קאפ פארדרייעניש, א מענטש וואס פאקט אוועק געלט, ווערט נאר פון דעם דעפרעסט, אזוי זאגט דער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כג): "וְעַל כֵּן אֵלוּ הַמְשֻׁקָעִים בְּמָמוֹן כָּל מַה שְׁיֵשׁ לּוֹ עֲשִׁירוּת יוֹתֵר, יֵשׁ לוֹ דַאֲגוֹת וְעַצְבוּת וּמָרָה שְׁחוֹרָה בְּיוֹתֵר", די אלע וואס זענען אריין געטון אין געלט, ווי מער געלט זיי האבן זענען זיי מער פאר דאגה'ט, מער דעפרעסט און מער מרה שחורה'דיג, ווייל געלט מאכט א מענטש דעפרעסט. געלט העלפט נישט דעם מענטש, נאר דער אייבערשטער העלפט א מענטש. רעד זיך נישט איין אז אויב דו וועסט האבן אוועק געלייגט געלט וועסטו האבן א בעסערע לעבן, נאר אויב דו וועסט רעדן צום אייבערשטן, דעמאלט וועסטו האבן א בעסער לעבן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.