מכתב יומי

ח כסלו תשפ"ה

December 09 2024

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישלח, ח' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב געהערט פון רבי יצחק שליט"א, ער געדענקט אז מוהרא"ש פלעגט יעדן טאג נאכן דאווענען אנרופן זיין טאטע; זאלסטו אויך אזוי טון, אנרופן דיינע עלטערן יעדן טאג, און אז דו וואוינסט אין די זעלבע שטאט ווי דיינע עלטערן - זאלסטו זיי באזוכן יעדן טאג, און אז דו וואוינסט אין א צווייטע שטאט - זאלסטו גיין פון צייט צו צייט זיי באזוכן; ווייל די מצוה פון כיבוד אב ואם איז אזוי הייליג, די הייליגע חכמים זאגן (בבא מציעא לב.): "הוקש כיבוד אב ואם לכבודו של מקום", די מצוה פון כיבוד אב ואם איז אזוי גרויס, עס איז אזוי ווי מען איז מכבד דעם אייבערשטן אליין.


מהרא"ש דערציילט (פעולת הצדיק, סימן פא), דער הייליגער רבי פלעגט פארן צו זיינע עלטערן יעדע שטיק צייט, אפילו ער האט געוואוינט ווייט אוועק פון זיי, פון אוסיאטין ביז מעזיבוז איז מער פון דריי הונדערט פופציג קילאמעטער, דאס איז איבער צוויי הונדערט מייל, דאך פלעגט דער רבי זיך אריבער כאפן מזמן לזמן צו זיי; איז אודאי היינטיגע טעג איז דאך אזוי גרינג צו מקיים זיין די גרויסע מצוה, ווען מען קען רעדן דורכן טעלעפאן איז ממש אן עבירה דאס נישט צו טון.


ווען דו רעדסט מיט דיינע עלטערן דערצייל זיי נאר פרייליכע זאכן, מאך זיי נישט קיין צער, און אז דו גייסט אריבער עפעס פריוואט צווישן דיר און דיין ווייב - וואס דארפסטו דאס זאגן פאר דיינע עלטערן? וואס וועסטו האבן דערפון? וואס קענען זיי דיר העלפן? וואס ווילסטו? זיי האבן שוין געהאט גענוג צער, יעצט איז א צייט פון שמחה, דערצייל זיי פרייליכע זאכן, דערצייל זיי שיינע זאכן. מוהרא"ש זאגט, דאס איז פשט וואס די תורה זאגט (בראשית ב, כד): "עַל כֵּן יַעֲזָב אִישׁ אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ וְדָבַק בְּאִשְׁתּוֹ", מישט נישט אריין אייערע עלטערן אין ענקער לעבן, און קיינמאל זיך נישט אפרעדן פאר זיי, פאר עלטערן דערציילט מען נאר גוטס און מען ברענגט זיי נאר נחת.


היינט נאכט איז דא די פרויען צאמקום, זע דיין ווייב זאל קומען, איך האב זייער וויכטיגע זאכן צו רעדן צו די פרויען פון אונזער קהילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.