מכתב יומי
ט כסלו תשפ"ה
December 10 2024
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישלח, ט' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
דאס אלעס וואס דרייט זיך וכו', מחשבות וכו' - איז נאר למען הבחירה והנסיון. אלעס וואס דו זעסט, אלעס וואס דו הערסט וכו' - איז צו זען אויב דו וועסט ווייטער בלייבן ערליך, נישט אפלאזן דיינע רצונות וכיסופין. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקיט): "כָּל מַה שֶּׁאַתָּה רוֹאֶה בָּעוֹלָם", וואס דו זעסט אויף די וועלט, "הוּא רַק בִּשְׁבִיל הַבְּחִירָה", איז נאר עס זאל זיין א בחירה, דער מענטש זאל אויסוועלן די גוטע וועג, "כִּי כָּל הָעוֹלָם וּמְלֹאוֹ לֹא נִבְרָא רַק בִּשְׁבִיל הַבְּחִירָה", ווייל די גאנצע וועלט איז באשאפן געווארן נאר אז מענטשן זאלן האבן א בחירה צו בוחר זיין בטוב, זיך קערן צום אייבערשטן און איבערקומען די נסיונות.
וואו האלסטו אין ש"ס? לערנסט נאך יעדן טאג דעם בלאט גמרא? קומענדיגע וואך ענדיגן מיר מסכת בבא בתרא, און מיר הויבן אן מסכת סנהדרין, וויל איך דיר בעטן זאלסט אויך אנהויבן לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט פון הרב הקדוש רבי בנציון מבאבוב זכותו יגן עלינו, בעל מחבר ספר קדושת ציון, אז אמאל זענען צו אים געקומען בחורים און געבעטן ער זאל זיי געבן א תיקון פאר זייער עבירות, זיי האבן אים דערציילט אלע זייערע חטאות נעורים וואס זיי האבן געטון און געבעטן א תיקון, האט ער זיי געזאגט זיי זאלן לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, האבן אים די בחורים געזאגט אז דאס איז זיי זייער שווער, האט דער באבובער רב זיי געזאגט: "ווען איך וואלט אייך געזאגט איר זאלט זיך אפברענען אייערע הענט און מאכן גלגול שלג וואלט איר געלאפן מיט שמחה דאס טון, איר ווארט איך זאל אייך געבן אזא תיקון? דא געב איך ענק א גרינגע תיקון - א בלאט גמרא, איז ענק שווער צו לערנען?!" זעט מען פון דעם אז לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא איז א גרעסערע תיקון מער ווי אלע סארט סיגופים, מער ווי פארברענען די הענט און מאכן גלגול שלג.
שבת חנוכה וועל איך מיטן אייבערשטנ'ס הילף זיין אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.