מכתב יומי
ט ניסן תשפ"א
March 22 2021
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט זענען מיר מסיים מסכת פסחים; איך האף אז דו לערנסט יעדן טאג דעם בלאט גמרא. דער רבי זאגט (ספורי מעשיות מעשה ז, מזבוב ועכביש) דער בארג האט געזאגט צום קעניג: "ווי לאנג דער בלאט איז אויף דיר מגין דארפסטו נישט מורא האבן פון קיינעם; אויף מיר שטייען אויך אויף שלעכטע מענטשן וואס ווילן מיר שלעכטס טון, אבער זיי קענען מיר נישט שלעכטס טון ווייל דער בלאט באשיצט מיר"; דאס גייט ארויף אויפ'ן דף גמרא, ווען מען לערנט די הייליגע גמרא - ווערט מען באשיצט, עס ראטעוועט דעם מענטש פון אלעם שלעכטס.
נישטא וואו צו לויפן, נאר צו די הייליגע תורה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק ו): "אִם רָאִיתָ שֶׁהַיִּסּוּרִין מְמַשְׁמְשִׁין וּבָאוֹת עָלֶיךָ, רוּץ לְחַדְרֵי דִּבְרֵי תּוֹרָה, וּמִיָּד הַיִּסּוּרִין בּוֹרְחִין מִמְךָ", אויב דו זעסט אז עס קומען אויף דיר צרות און יסורים, זאלסטו אנטלויפן צו די הייליגע תורה און דורכדעם וועסטו געראטעוועט ווערן; ווען מען לערנט תורה היט דער אייבערשטער אפ דעם מענטש, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, ד): "כָּל תַּלְמִיד חָכָם שֶׁעוֹסֵק בַּתּוֹרָה בְּכָל יוֹם תָּמִיד", א איד וואס לערנט תורה יעדן טאג, "בִּשְׁבִיל לְהַרְבּוֹת כְּבוֹד שָׁמַיִם", כדי צו מאכן א נחת רוח פאר'ן אייבערשטן, "אֵינוֹ צָרִיךְ לֹא חֶרֶב וְלֹא חֲנִית וְלֹא כָּל דָבָר שֶׁיִּהְיֶה לוֹ שׁוֹמֵר", דארף נישט האבן א שווערד אדער א פאנצער זיך צו היטן פון שלעכטס, "אֶלָּא הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְשַׁמְּרוֹ בְּעַצְמוֹ", נאר דער אייבערשטער אליינס היט אים.
דער בלאט גמרא דאס זאל זיין ביי דיר אזוי ווי לייגן טלית און תפילין. מוהרא"ש ברענגט פון הגאון רבי שעפטיל זכר צדיק לברכה, זון פונעם של"ה הקדוש זכותו יגן עלינו (הובא בסוף ספר יש נוחלין), אז א דף גמרא דארף זיין אזוי שטארק ביים מענטש, אזוי ווי מען טוט אן תפילין. בנוסף לזה זאלסטו לערנען פאר יעדן יום טוב די מסכת וואס האט מיט'ן יום טוב; יעצט ווען מיר גייען אריין אינעם הייליגן יום טוב פסח זאלסטו לערנען יעדן טאג פון די ספירה טעג א בלאט פון מסכת סוטה און א בלאט פון מסכת שביעית און דאס מסיים זיין אויפ'ן הייליגן יום טוב שבועות.
עס זעט אויס אסאך, עס זעט אויס שווער; גלייב מיר עס איז נישט שווער, מען דארף נאר וועלן; איינמאל מען וויל, איינמאל מען איז מקבל אויף זיך דעם עול תורה - נעמט מען אראפ פון זיך אלע אנדערע שוועריקייטן. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (אבות ג, ה): "כָּל הַמְקַבֵּל עָלָיו עֹל תּוֹרָה", ווער עס נעמט אויף זיך דעם יאך פון תורה, דאס הייסט אפילו עס איז אים אזוי ווי א עול, עס איז אים אין אנהייב זייער שווער - דאך געוואוינט ער זיך צו, ער לערנט, "מַעֲבִירִין מִמֶּנּוּ עֹל מַלְכוּת וְעֹל דֶּרֶךְ אֶרֶץ", נעמט ער אראפ פון זיך אלע אנדערע פחדים, מען האט מער נישט מורא פון קיין שום זאך, נישט פונעם מלכות און מען האט נישט דעם עול דרך ארץ; דער אייבערשטער העלפט אים ער זאל האבן אלעס וואס ער דארף.
בנוגע וכו'; ענטפער נישט, מיט דעם וועסטו אפקומען אלעס. מוהרא"ש זאגט בשם דעם הייליגן צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן, מען זאל שווייגן און נישט ענטפערן ווען מען פארשעמט, נישט ווייל מען האט נישט וואס צו ענטפערן; מען זאל שווייגן אפילו מען האט וואס צו ענטפערן, ווייל דער רבי האט אונז געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדּם וְיִשְׁתֹּק", דער עיקר תשובה איז מען זאל נישט ענטפערן ווען מען ווערט פארשעמט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.