מכתב יומי

ט שבט תשע"ט

January 15 2019

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בשלח, ט' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זע צו זאגן יעדן טאג נאכן דאווענען דעם "תיקון הכללי" – די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער רבי האט מגלה געווען פאר א תיקון הברית (קאפיטל - ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ).


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כט) אז דער "תיקון הכללי" איז מסוגל פאר פרנסה און פאר אלע ישועות; ווי לאנג נעמט דען צו זאגן צען קאפיטלעך תהילים? דערפאר זאלסטו זיך מאכן א קביעות יעדן טאג נאכן דאווענען צו זאגן דעם תיקון הכללי, און ווען דו קומסט אן צו קאפיטל ע"ז ווען דו זאגסט די ווערטער "קוֹלִי 'אֶל אֱלֹקִים'" זאלסטו קוקן אויף די אותיות פון די מילוי פון די שמות "קֵל אֱלֹקִים" (אל"ף למ"ד, אל"ף למ"ד ה"י יו"ד מ"ם).


זע צו האלטן אין דיין תפילין בייטל א תיקון הכללי - דפוס היכל הקודש וואו עס איז אריין געלייגט די שמות פון "קֵל אֱלֹקִים" מיט די מילוי, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רה) אז מען זאל אינזין האבן די שמות ווען מען זאגט די תיקון הכללי; מוהרא"ש האט דאס געהייסן דרוקן ביי קאפיטל ע"ז ביי די ווערטער "קוֹלִי אֶל אֱלֹקִים", אז דארט זאל מען דאס אינזין האבן; דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו פאררעכטן אלעס און האבן פרנסה בניקל.


איך בעט דיר זייער אנטלויף פון ליצנות ווי מען אנטלויפט פונעם מלאך המוות! דער מלאך המוות קען נישט שאדן מאכן דעם מענטש אזוי שטארק ווי ליצנות קען הרג'נען דעם מענטש; אלע מחלוקת וואס זענען דא צווישן אידישע קינדער איז נאר פון לצים.


שלמה המלך זאגט (משלי כב, י): "גָּרֵשׁ לֵץ", פארטרייב דעם לץ, "וְיֵצֵא מָדוֹן", וועסטו פטור ווערן פון אלע קריגערייען; עס איז נישט דא נאך אזא סכנה ווי צו האבן שייכות מיט לצים. ווער איז א לץ? דער וואס רעדט אויף ערליכע אידן; ווען דו הערסט איינעם רעדן אויף ערליכע אידן זאלסטו אנטלויפן פון אים ווי מען לויפט פונעם טייוול. די וואס שפעטן פון ערליכע אידן זענען בעלי עבירות און גרויסע בעלי גאווה, און ווען עס שטעלן זיך צוזאם די צוויי קעמיקאלן: 'עבירה מיט גאוה' קומט ארויס א 'לץ' - אזוי זאגט שלמה המלך (משלי כא, כד): "זֵד" - דער וואס זינדיגט, "יָהִיר" – און דער וואס האלט זיך גרויס, זיין נאמען איז - "לֵץ שְׁמוֹ", דער איז א לץ; ער וויל נישט נעמען קיין מוסר, דערפאר שפעט ער אפ פון די תורה און פון די ערליכע אידן וואס לערנען אונז די תורה.


אז דו וועסט אריין נעמען די ווערטער אין דיר וועסטו האבן א גוט לעבן בזה ובבא.