מכתב יומי

ט תמוז תשע"ט

July 12 2019

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חקת, ט' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א ווייב וואס צניעות איז ביי איר א חשוב'ע זאך און זיי איר מחזק זי זאל ווייטער בלייבן אנגעטון ווי איר מאמע גייט. הייס איר נישט גיין מיט א קורצערע קלייד, עס וועט דיר גארנישט בעסער ווערן וכו'; עס וועט זיין גוט פאר אפאר וואכן נאכדעם וועסטו אנהייבן מאנען פון איר זי זאל דאס טוישן און דאס בייטן, דו וועסט קיינמאל נישט זאט ווערן.


איך בעט דיר זייער זאלסט שעצן דיין ווייב אז זי איז שטארק מיט צניעות, אפילו דיין משפחה און אנדערע זענען נישט אזוי מקפיד ווי זי גייט, דאך זאלסטו איר כסדר זאגן ווי טייער זי איז מיט איר איידעלע באנעמונג, הייס איר נישט גיין קורצער אדער שמעלער וכו', ווייל היינט איז דאס די לענג פונעם קלייד און מארגן איז דאס א צווייטע זאך ביז מען קילט זיך אפ אינגאנצן פון אידישקייט. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קה:): "כָּךְ אוּמְנָתוֹ שֶׁל יֵצֶר הָרָע", דאס איז דער טריק פונעם יצר הרע, "הַיּוֹם אוֹמֵר לוֹ עֲשֵׂה כָךְ", היינט רעדט ער צו דעם מענטש צו איין זאך, "וּלְמָחָר אוֹמֵר לוֹ עֲשֵׂה כָךְ", און מארגן צו א צווייטע עבירה, "עַד שֶׁאוֹמֵר לוֹ: עֲבוֹד עֲבוֹדָה זָרָה, וְהוֹלֵךְ וְעוֹבֵד", ביז ער רעדט צו דעם מענטש ער זאל אינגאנצן אפלאזן דעם אייבערשטן.


הלואי וועסטו מיר אויסהערן, וועסטו האבן א חיים טובים.


א גוט שבת.