מכתב יומי
ט תשרי תשע"ח
September 29 2017
‹ ›בעזהשי"ת
ערב שבת קודש פרשת וזאת הברכה-א, ט' תשרי, ערב יום כיפור, שנת תשע"ח לפ"ק
לכבוד ... נרו יאיר
מיר שטייען היינט ערב יום כיפור; היינט נאכט גייט מען חתמ'נען אלעס וואס גייט זיין מיט אונז א גאנץ יאר, אזוי ווי מיר זאגן ביים דאווענען: "בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יִכָּתֵבוּן, וּבְיוֹם צוֹם כִּפּוּר יֵחָתֵמוּן, כַּמָּה יַעַבְרוּן, וְכַמָּה יִבָּרֵאוּן, מִי יִחְיֶה, וּמִי יָמוּת וכו'". דארפן מיר זיך מאכן א חשבון הנפש ווי מיר האלטן אוייף דער וועלט, וואס גייען מיר פארעכטן דאס יאר אז דער אייבערשטער זאל אונז אנשרייבן בספרן של צדיקים.
אלע צדיקים פלעגן רעדן און זייער וויינען ביי די 'כל נדרי דרשה' אז מען זאל אכטונג געבן אויף צניעות, בפרט אז די פרוי זאל אכטונג געבן נישט איבערצולאזן איר אייגענע האר, דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו מסאטמאר פלעגט אזוי וויינען יעדעס יאר פאר כל נדרי ביי די דרשה, ער האט זיך אויסגעדרייט צו די ווייבער שול און זיך געבעטן ביי די פרויען זיי זאלן תשובה טון און זיך פארנעמען זיך אפצושניידן זייער האר. ער האט נאך געזאגט בשם דער הייליגער צדיק ר' פנחס'ל קאריצער זכותו יגן עלינו וואס האט געזאגט: "די גאנצע גאולה הענגט אויף א האר"; משיח וויל שוין קומען, עס הענגט בלויז אויף א האר, דאס מיינט אז עס הענגט אויף די 'האר' פון די פרויען וואס ווילן זיך נישט אפשערן; דערפאר בעט איך דיר זייער, זאלסט זיך פארנעמען יעצט ערב יום כיפור אז דיין ווייב זאל גיין אפגעשארן. מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "עס קומען אריין צו מיר יעדן טאג מענטשן מיט שווערע צרות, און ווען זייערע ווייבער וואלטן זיך אפגעשארן די האר וואלטן זיי אלעס געקענט אוועקנעמען".
דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", אז א פרוי געבט אכטונג אויף צניעות, וועט זי זוכה זיין צו גוטע קינדער; מען געבט זיך איין דריי און מען האט שוין גרויסע קינדער, ווער וויל דען נישט קיין נחת? ווער וויל זיך מוטשען? וואס וועסטו דעמאלט קענען טון? וואס וועסטו האבן פון דאס ביסל ווייסע האר וואס דיין ווייב וועט האבן? גארנישט! נאר צרות און יסורים.
איך בעט דיר זייער שטארק, זיי נישט קיין אויבער חכם, זיי נישט קלוגער פון אלע צדיקים, לאך נישט אפ פון דעם וואס זיי האבן געזאגט אז מען זאל זיך אפשערן, דיין ווייב קען גיין ווי אזוי זי וויל, מיט א שייטל אדער מיט א טיכל, אבי זיך אפשערן.
דאס זעלבע מיט די קלייד, עס לוינט זיך נישט צו האבן צרות ויסורים פון די קינדער וועגן א קורצע קלייד. די קלייד טאר נישט זיין העכער פון די קניען, אויב דיין ווייב גייט קורץ איז זי נישט צניעות'דיג, זי איז מכשיל בחורים און אינגעלייט, און זי ברענט זיך אפ איר אייגענע פיס; און מען באקומט א מורא'דיגער עונש אויף דעם, אזוי ווי דער רבי האט דערציילט (מעשיות בסוף סיפורי מעשיות): עס איז געווען א צדיק וואס האט זיך אינגאנצן אויסגעארבעט און ער איז ארויף אויבן אין הימל און געזען ווי עס שטייט א טאפ מיט שטיקער פלייש און ביינער, האט ער געפרעגט: "וואס איז דאס?" האט מען אים געענטפערט: "דאס איז פון א פרוי וואס פלעגט גיין אנגעטון נישט צניעות'דיג, זי פלעגט אנרייצן בחורים און אינגעלייט צו קוקן אויף איר", דאס איז איר שטראף, אז זי ווערט יעדן טאג אויפגעקאכט אין בריעדיגע וואסער.
דערפאר זאלסטו אכטונג געבן אז דיין ווייב און קינדער זאלן גיין צניעות'דיג אנגעטון, זיי נישט פון די קליין קעפלדיגע אינגעלייט וואס מאכן משוגע זייערע ווייבער, זיי זאלן זיך אנטון א משהו קורצער, און אביסל מער טייט וכו' אדער טוישן זייער לבוש וכו', דאנק דעם אייבערשטן אז דיין ווייב וויל א ערליכע לעבן, זי וויל א ערליכע שטוב, זי וויל ערליכע קינדער.
א אינגערמאן פון ארץ ישראל איז צוגעקומען צו מיר אין אומאן, און ער הייבט אן וויינען, ער בעט מיר: "געב מיר א ברכה, וואונטש מיר אן אז מיין ווייב זאל וועלן גיין אנגעטון בצניעות, עס זאל אריין גיין אין איר א רוח טהרה", ער זאגט מיר: "איך האלט עס נישט אויס, איך וויל א ערליכע לעבן". טראכט איך צו מיר: 'דאס איז א צרה! דער איז א פארלוירענער!' ווייל אז די ווייב גייט נישט אנגעטון בצניעות, איז אויס שטוב, אויס מאמע, אויס ווייב און אויס וועלט! און דא זענען דא נארישע קליינקעפלדיגע אינגעלייט וואס אנשטאט זיי זאלן זיך פרייען אז זיי האבן א ערליכע ווייב, א ערליכע שטוב, א מאמע פאר זייערע קינדער, א מאמע וואס איר גאנצע מח איז נאר אירע קינדער, ווי אזוי זי קען זיי מחנך זיין מיט יראת שמים, א מאמע וואס גיסט אפ די קינדער נעגל וואסער, א מאמע וואס ליינט קריאת שמע מיט די קינדער, זוכן זיי ווי קען איך מער אויפרייסן מיין ווייב וכו', ווי קען איך אריין ברענגען מיין ווייב אין די גוי'אישע וועלט.
דערפאר, יעצט ווען מיר שטייען אין אזא פארכטיגע צייט, וואס "וּמַלְאָכִים יֵחָפֵזוּן, וְחִיל וּרְעָדָה יֹאחֵזוּן", די גאנצע וועלט ווערט גע'משפט, "מִי לֹא נִפְקַד כְּהַיּוֹם הַזֶּה", דארפן מיר אלע תשובה טון, און זיך גוט בארעכענען: 'וואס וויל איך פון מיר? וואס וויל איך פון מיין ווייב, ווי אזוי וויל איך מיינע קינדער זאלן אויסזען? וואסערע שטוב וויל איך אויפשטעלן?' מאך דיר אליינס א שטיקל חשבון הנפש, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט האבן שכל צו וויסן וואס איז גוט און וואס איז נאר דמיונות; איך שרייב דיר א קליינע תפילה וואס דו זאלסט בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג:
"רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זיין א צופרידענער מענטש, איך זאל קיינעם נישט מקנא זיין, איך זאל זיין שטענדיג פרייליך, איך זאל האבן שלום בית, עס זאל זיין צווישן אונז אהבה ואחוה ושלום וריעות. הייליגע באשעפער האב אויף מיר רחמנות, מיין קאפ איז מיר אזוי פארדרייט און פארקרומט, איך היט נישט מיינע אויגן, און דורך דעם איז מיר מיין מח אויסגעברענט - עד כדי כך, אז איך בין נישט צופרידן פון מיין ווייב. אנשטאט איך זאל דיר דאנקען און לויבן א גאנצן טאג אז איך האב חתונה געהאט, און אז איך האב זוכה געווען צו האבן א ווייב מיט קינדער, דריי איך מיך ארום נישט צופרידן, יעדן טאג וויל איך עפעס אנדערש, איך ווייס נישט וואס גייט פאר מיט מיר, עס איז ממש ביי מיר מקוים געווארן: "הוֹי הָאֹמְרִים לָרַע טוֹב וְלַטּוֹב רָע, שָׂמִים חֹשֶׁךְ לְאוֹר וְאוֹר לְחֹשֶׁךְ, שָׂמִים מַר לְמָתוֹק וּמָתוֹק לְמָר", וויי פאר די מענטשן וואס טוישן אויף, און זאגן אויף גוטס אז דאס איז שלעכט, און אויף שלעכטס אז דאס איז גוטס, וויי פאר די מענטשן וואס מיינען אויף ביטער אז דאס איז זיס, און אויף וואס איז באמת זיס אז דאס איז ביטער. הייליגער באשעפער, איך דארף א נס, איך דארף א נייע מח, איך דארף א נייע הארץ, לֵב טָהוֹר בְּרָא לִי אֱלֹקִים - באשאף מיר א ריינע נייע הארץ, איך זאל קיינעם נישט מקנא זיין, איך זאל זיין צופרידן מיט וואס דו געבסט מיר, רבונו של עולם האב אויף מיר רחמנות".
אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן נאכאמאל און נאכאמאל, ביז דו וועסט ארויס גיין פון אלע דיינע דמיונות, וואס דאס איז דער יצר הרע, אזוי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כה) אז מען דארף געבן א נייע נאמען פארן יצר הרע, מען דארף אים אנרופן "דמיונות"; ווייל דאס איז זיין גאנצע כח, ער מאכט א מענטש זאל דמיונ'ען אז אויב וועט ער משוגע מאכן זיין ווייב, און זי וועט גיין אזוי און אזוי, דעמאלט וועט ער זיין צופרידן. זע זיך איבער צו בעטן און מאכן שלום, ווייל אז עס איז דא שלום איז דער אייבערשטער דארט, און אז דער אייבערשטער איז דארט איז דא אלע ברכות וישועות.
איך בעט דיר זייער דו זאלסט מתפלל זיין פאר מיר - יואל בן ריצא רעכיל, איך דארף אסאך תפילות אז איך זאל האבן כח און מח ווייטער ממשיך צו זיין מיט אלעס וואס איך טו, אנגעפאנגען מיט די ישיבה, תלמוד תורה, מיידל סקול, הדפסה און מפיץ זיין דעם רבינ'ס עצות אויף די גאנצע וועלט וכו' וכו'. איך האף לכבוד דעם נייעם יאר וועסטו מיר העלפן מיט וואס דו קענסט נאר, און איך דאנק אלע מיינע תלמידים וואס העלפן מיר א גאנץ יאר. איך בין מתפלל פאר דיר און פאר אלע מיינע תלמידים א גאנץ יאר, און אין אומאן האב איך זייער אסאך מתפלל געווען פאר דיר און פאר אלע מיינע תלמידים, איז בעט איך דיר, זיי דו אויך מתפלל פאר מיר.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן פון גלות, אמן.
א גמר חתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר.