מכתב יומי
כה תשרי תשפ
October 24 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
ה' פרשת בראשית, כ"ה תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
וואס האסטו פון קוקן זבל און זוהמה נאכאמאל און נאכאמאל?! דו האסט דאך שוין אלעס געזען! עס גייט דיר נאך נישט ארויס פון די נאז?! וואס האסטו פון קוקן פיקטשערס און מאוויס פון עקלדיגע אויסגעלאסענע פרויען?! דאס מאכט דיר נאכדעם אזוי דעפרעסט! דו כאפסט נישט פון וואס דו ביסט אזוי בעצבות; דיין דעפרעסיע און צעבראכנקייט קומט פון קוקן עבירות וואס דאס ברענגט צו פגם הברית רחמנא לצלן.
אין די צייט פון שפילן מיט'ן טעלעפאן, קוקן סטעטו"ס וכו' - קענסטו נעמען א חומש און מעביר סדרה זיין; מען האט יעצט אנגעהויבן נאכאמאל חמשה חומשי תורה, מען האלט אין פרשת בראשית, די פרשה ווי דער אייבערשטער האט געפרעגט אדם הראשון: "אַיֶּכָּה - וואו ביסטו?"
עס איז ידוע דעם סיפור אז ווען דער הייליגער בעל התניא זכותו יגן עלינו איז געווען אין תפיסה אין פעטערבורג, בשעת די חקירות האט דער חוקר - וואס ער האט געקענט תנ"ך און נאך אידישע זאכן - געפרעגט דעם הייליגן בעל התניא וואס איז פשט וואס דער אייבערשטער האט געפרעגט אדם הראשון נאכ'ן חטא פונעם עץ הדעת (בראשית ג, ט): "וַיִּקְרָא ה' אֱלֹקִים אֶל הָאָדָם וַיֹּאמֶר לוֹ, אַיֶּכָּה - אוואו ביסטו?" האט דען דער אייבערשטער נישט געוואוסט וואו אדם הראשון איז?! קודם האט אים דער בעל התניא געזאגט וואס רש"י זאגט דארט, אז דער אייבערשטער האט געוואלט אנהייבן מיט אים א שמועס כדי ער זאל זיך נישט דערשרעקן וכו', אבער דער חוקר האט געזאגט פאר'ן בעל התניא: "איך ווייס וואס רש"י זאגט, איך וויל הערן פון אייך א בעסערע תירוץ".
האט דער הייליגער בעל התניא אים געזאגט אזוי: "ווען א מענטש קומט אן צו א געוויסע יאר פון זיין לעבן - דער בעל התניא האט צוגעטראפן גענוי ווי אלט דער שר איז געווען - פרעגט אים דער אייבערשטער: "אַיֶּכָּה? - דו ווייסט פארוואס איך האב דיר באשאפן, האסטו געטון וואס איך וויל פון דיר?" דאס האט דער אייבערשטער געפרעגט אדם הראשון: "אַיֶּכָּה? וואס גייט פאר מיט דיר, וואס האסטו געטון דא? וואו ביסטו? דו ביסט דאך אין 'גן עדן'; איך האב דיר דאך געגעבן א גאנצע וועלט, פארוואס האסטו זיך באנארישט?!" דער שר איז זייער נתפעל געווארן פונעם ענטפער און ער איז געגאנגען שתדל'ן מען זאל באפרייען דעם הייליגן בעל התניא.
ווען עס גייט אריבער נאך א יאר פונעם מענטשנ'ס לעבן פרעגט דער אייבערשטער: "אַיֶּכָּה – וואו ביסטו? וואס טוסטו?" זיי זיך מצייר ווי דער אייבערשטער שטייט נעבן דיר און פרעגט דיר: "וואס טוסטו א גאנצן טאג מיט'ן טעלעפאן?! עס פאסט דיר?"
מארגן הייבן מיר אן א נייע מסכתא, מסכת נדה - די לעצטע מסכתא פון ש"ס; כאפ זיך מיט, א שאד עס גייט אריבער אזוי די טעג און יארן, פארוואס זאלסטו נישט אריין כאפן גוטס? אפילו דו פארשטייסט נישט קיין לערנען זאלסטו לערנען יעדן טאג דעם דף, זאג די ווערטער פון די תורה וועט עס דיר אויסהיילן און דיר מאכן פאר אן ערליכער איד.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.