מכתב יומי

ט תשרי תשפ"ג

October 04 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת האזינו, ט' תשרי, ערב יום הקדוש, שנת תשפ"ג לפ"ק


 לכבוד ... נרו יאיר


היינט ערב יום הקדוש איז נישטא קיין צייט פאר בריוון, מען דארף זיך גרייטן אויפ'ן גרויסן טאג; איין טאג אין יאר וואס דער אייבערשטער איז מוחל אלע עבירות.


איין ווארט וויל איך דיר שרייבן, זאלסט וויסן דער אייבערשטער האט זייער ליב אידישע קינדער; דער אייבערשטער שטייט און ווארט אויף יעדן איד, ווען וועט ער קומען און זאגן: "איך גיי שוין זיין גוט"; דער אייבערשטער ווארט און ווארט, אפשר יעצט וועלן מיר זאגן: "מיר קערן זיך צוריק"; ווען א איד זאגט פאר'ן אייבערשטן: "איך גיי זיין גוט", "איך גיי זיין וואויל" - שאקלט ער אלע הימלען.


זאלסט האבן א זיסע יאר.