מכתב יומי
יא אייר תשע"ט
May 16 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת אמור, י"א אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
עס איז נישט קיין קונץ צו זיין צעבראכן און צעקלאפט, א קונץ איז צו בלייבן שטארק און ווייטער אנגיין אין לעבן.
אין די צייטן פון רבי'ן איז געווען א חשוב'ער איד וואס האט זיך באנוצט מיט קבלה מעשית; דער הייליגער אריז"ל שרייבט זייער שארף אז מען טאר נישט עוסק זיין אין דעם ווייל מיר זענען אלע טמאי מתים, מיר האבן נישט היינטיגע צייטן די אפר פרה אדומה, ממילא טאר מען זיך נישט באנוצן מיט דעם ווייל מען לייגט זיך אריין אין א סכנה (עיין בספר שערי קדושה לרבי חיים ויטאל זצ"ל, חלק ג' שער ו').
למעשה איז געווען א איד וואס האט זיך יא באנוצט מיט דעם, און ווען חסידים האבן דערציילט איבער דעם פאר זייער רבי האט יענער רבי געזאגט מען זאל אים מאכן א משכנתא; מען זאל אים ארום נעמען מיט א קלייד, צובינדן און אים גוט שלאגן וכו', די חסידים האבן געפאלגט זייער רבי און דער איד איז ממש אראפגעפאלן אין א שרעקליכע עצבות, מאיגרא רמא לבירא עמיקתא, ער איז ממש נישט געווען ביי זיך. די משפחה זיינע האבן נישט געוואוסט וואס צו טון אים צו העלפן, זיי זענען ארום געלאפן צו אלע רבנים אבער קיינער האט אים נישט געקענט אויפהייבן פון זיין מרה שחורה, ביז זיי זענען געקומען צום רבי'ן. ווען זיי זענען אנגעקומן צום רבי'ן האט זיך דער רבי אנגערופן: "א קונץ אראפ צו ווארפן א איד? א קונץ איז אויפצוהייבן א איד", און דער רבי האט גערעדט מיט אים ביז ער איז ארויס פון זיין מרה שחורה און ער האט צוריק באקומען אלע זיינע מדריגות.
דאס איז געזאגט געווארן סיי ווען עס קומט צו קוקן אויף א צווייטן, אז עס איז נישט קיין קונץ יענעם צו קלאפן און סיי ווען עס קומט צו זיך איז נישט קיין קונץ זיך צו קלאפן, די חכמה איז ווייטער אנגיין מיט א חיות צו דינען דעם אייבערשטן.
איך בעט דיר טייערע ליבער חבר, מיר האבן אזא גרויסע רבי מיט אזעלכע ליכטיגע עצות, פארוואס זאלסטו נישט נוצן די עצות? הייב אן לעבן, הייב אן נוצן די עצות וועט זיך אלעס טוישן לטובה.
היינטנ נאכט וועט אם ירצה ה' זיין א שיעור, איך ווארט דיר צו זען. איך וויל רעדן מיט דיר ווערטער פון חיזוק, ווערטער פון רבי'ן און פון מוהרא"ש.
דער הייליגער רבי ר' אלימלך מליזענסק זכותו יגן עלינו פלעגט טייטשן דעם פסוק (תהלים צה, י): "וְהֵם, לֹא יָדְעוּ דְרָכָי", אין אידיש רופט מען אן א שטוב - 'היים', אויב א מענטש זיצט אין זיין שטוב - "וְהֵם", ער גייט נישט צו א צדיק, ער דריידט זיך נישט מיט ערליכע אידן – דעמאלט: "לֹא יָדְעוּ דְרָכָי", וועט ער נישט ווערן קיין צדיק. האב איך געהערט פון ר' יצחק שליט"א אז דאס איז די נאמען פון די "בייתוסים" - א לשון פון 'בית', פון נישט גיין צו ערליכע אידן, דעריבער זענען זיי געווארן אפקורסים און צדוקים.
וואויל איז דעם וואס האט שייכות מיט גוטע חברים וואס זענען זיך מחזק שטענדיג מיט'ן רבינ'ס ווערטער.
א גוטן טאג.