מכתב יומי

י אייר תשפ"ב

May 11 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אמור, י' אייר, כ"ה לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


זיי זיך מוסר נפש צו זיין פרייליך, ווייל עס איז נישטא נאך אזא חשוב'ע און וויכטיגע זאך ווי שמחה, און עס איז פון די שווערסטע זאכן; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט: "עס איז גרינגער צו פאסטן און מאכן סיגופים ווי צו זיין פרייליך".


לאז אפ אלע דאגות, א שאד די דאגות; עס וועט דיר גארנישט העלפן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סג:): "אל תצר צרת מחר", זיי זיך נישט מצער וועגן דעם מארגן, "כי לא תדע מה ילד יום", דו ווייסט דאך נישט וואס וועט זיין מארגן, "שמא מחר בא ואיננו", וואס וועסטו טון אז דער מארגן וועט קומען און די צרה וועט נישט זיין? "נמצא מצטער על העולם שאין שלו", האסטו זיך מצער געווען אויף א זאך וואס איז נישטא.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין ל"ג בעומר אין מירון, איך וועל בעטן פאר דיר און פאר דיין משפחה.


יום טוב שבועות וועל איך זיין אין שטעטל, מיט אנשי שלומינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.