מכתב יומי

יא אלול תשע"ט

September 11 2019

[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תצא, י"א אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


מאך זיך נישט צו טון פון קיינעם אויף די וועלט, נאר גיי ווייטער אויף דיין וועג, וועסטו גאר שיין מצליח זיין.


זיי מחזק דיין ווייב און מאך איר פרייליך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין לד:): "אִשָׁה - בַּעֲלָהּ מְשַֹמְחָהּ", דער מאן האט א מצוה פרייליך צו מאכן זיין ווייב; דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו אלע ברכות.


געוואוין זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך; רעד זיך אויס צו אים דיין גאנצע הארץ וועט דיר דאס לעבן זיין זיס און געשמאק.


איך בין זייער פארנומען די טעג מיט די חדר און סקול - סיי אין שטאט און סיי אין שטעטל, איך וועל דיר נאך שרייבן מער באריכות אן אנדערע מאל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת כי תצא, י"א אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


האב סבלנות און ווער נישט אויסער זיך ווען עפעס גייט נישט דיין וועג.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן פב): "זֶה שֶׁאָנוּ רוֹאִים שֶׁלִּפְעָמִים הוֹלֵךְ לְהָאָדָם שֶׁלֹּא כְּסֵדֶר", דאס וואס מען זעט אמאל ביי זיך אז אלעס גייט פארקערט ווי מען וויל, "שֶׁאוֹמֵר: 'אֲנָּא אֶמְלֹךְ', בָּזֶה הוּא מְחַלֵּק וּמַפְרִיד אוֹתָהּ מֵהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", דאס קומט צוליב דעם וואס מען זאגט: 'איך וויל', מיט דעם טיילט ער זיך אפ פונעם אייבערשטן, "וּכְשֶׁהוּא מְחַלֵּק אֶת מַלְכוּת לְעַצְמוֹ, אֲזַי הוֹלֵךְ לוֹ שֶׁלֹּא כְּסֵדֶר", און איינמאל א מענטש טיילט זיך אפ פונעם אייבערשטן גייט אלעס פארקערט ווי ער וויל; דערפאר, אז דו וועסט אריין נעמען אין דיר דעם כלל: 'ווי אזוי דער אייבערשטער וויל - בין איך צופרידן', וועט דיר אלעס גיין ווי אזוי דו ווילסט.


אויף די וועלט דארף מען האבן אייזערנע געדולד, ווייל יעדער איינער האט זיינע שוועריקייטן וואס גייט אריבער אויף אים. דער רבי האט דערציילט אז ווען ער איז נאך געווען א קליין קינד און זיין מאמע די צדיקת פיגא האט געקעמט זיין האר, וואס האט אים וויי געטון, האט ער קיינמאל נישט געשריגן אז עס טוט אים וויי, "איך האב שוין דעמאלט פארשטאנען אז אויף דער וועלט דארף מען ליידן" – האט דער רבי געזאגט.


געב א קוק טייערער ..., מיר פארן שוין קיין אומאן; פון היינט צוויי וואכן פארן מיר אם ירצה ה' צום רבי'ן. דארט וועלן מיר אויסבעטן א גוט יאר, איז אפשר שוין צייט אז דו זאלסט אנהייבן לעבן א ריינע לעבן? אפשר יעצט זאלסטו זיך מאכן א חשבון צי עס איז כדאי דו זאלסט האבן דעם טעלעפאון, טעבלעט, קאמפיוטער וכדומה - אפן צו קוקן עבירות. אז מיר פארן צום רבי'ן דארפן מיר דאך פארן מיט א ריינקייט, מיר גייען דאך בעטן ביים רבי'ן א תיקון אויף וואס מיר האבן פוגם געווען, איז ווי קענען מיר שטיין ביים ציון און בעטן: "רבי זיי מיר מתקן מיינע חטאים", ווען אין די זעלבע צייט האלטן מיר אין טאש א כלי וואס מען קען דערויף זען אלע עבירות מסוף העולם ועד סופו?! ווי אזוי הערט זיך דאס ווען מיר וועלן זיין ביים רבי'ן און זאגן דעם תיקון הכללי - די צען קאפיטלעך תהילים (קאפיטל ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ) מיט'ן תפילה פון רבי נתן, וויינען אויף א תיקון אויף וואס מיר האבן געזינדיגט אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, ווען אין טאש האבן מיר א וועג ווייטער צו קוקן עבירות?!


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית טז.): "אָדָם שֶׁתּוֹפֵס שֶׁרֶץ בְּיָדוֹ, אֲפִלּוּ טוֹבֵל בְּכָל מֵימוֹת שֶׁבָּעוֹלָם לֹא עָלְתָה לוֹ טְבִילָה, זְרָקוֹ מִיָּדוֹ כֵּיוָן שֶׁטָּבַל בְּאַרְבָּעִים סָאָה מִיַד עָלְתָה לוֹ טְבִילָה", א מענטש וואס האלט אן א טויטע שרץ העלפט אים נישט קיין מקוה, אפילו אויב א מענטש טובל'ט זיך ווערט ער ריין, אבער אויב ער האלט אן דעם טויטן שרץ בשעת ער טובל'ט זיך ווערט ער נישט ריין.


טייערער ליבער..., איך בעט פאר דיר יעדן טאג דו זאלסט זיין אן ערליכער איד, זאלסט מצליח זיין מיט פרנסה און האבן ערליכע דורות.


..., איך האב דיר ליב פון די טיפעניש פון מיין הארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.