מכתב יומי

י אלול תשפ"ב

September 06 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, געב נישט אויף; אפילו דו שפירסט ווי דיר גייט עס נישט, דו שפירסט ווי דו פלאגסט זיך אומזיסט, דו שפירסט ווי מען שטופט דיר אוועק - דאך זאלסטו זיך נישט מייאש זיין.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מח): "כְּשֶׁאָדָם נִכְנָס בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֲזַי הַדֶּרֶךְ שֶׁמַּרְאִין לוֹ הִתְרַחֲקוּת, וְנִדְמֶה לוֹ שֶׁמַּרְחִיקִין אוֹתוֹ מִלְמַעְלָה וְאֵין מַנִּיחִין אוֹתוֹ כְּלָל לִכָּנֵס לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", אזוי גייט עס ווען מען וויל ווערן אן ערליכער איד, דער מענטש שפירט ווי קיינער דארף אים נישט, ער האט שטארקע ראיות אז מען דערווייטערט אים; אבער דער רבי זאגט: "וּבֶאֱמֶת כָּל הַהִתְרַחֲקוּת הוּא רַק כֻּלּוֹ הִתְקָרְבוּת", דאס איז נאר א וועג ווי אזוי מען וויל דערנענטערן דעם מענטש צום אייבערשטן, און אויב דער מענטש איז שטארק ביי זיך און ער דערהאלט זיך - דאן וועט ער אלעס אריבערגיין און ער וועט זוכה זיין צו אלע מדריגות וואס איז נאר פארהאן.


געב נישט אויף; אז דו ביסט געפאלן - זאלסטו זיך אויפהייבן, עס איז נישט עק וועלט, עס ווארט דיר שענערע טעג. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כה): "וּבָזֶה טוֹעִין הַחֲסִידִים הַרְבֵּה, שֶׁפִּתְאֹם נִדְמֶה לָהֶם שֶׁנָּפְלוּ מֵעֲבוֹדַת ה'", אין דעם זענען זיך די ערליכע אידן טועה, ווען זיי זעען ווי זיי פרובירן צו זיין גוט און ערליך און פלוצלינג פאלט מען אראפ אין א ירידה, עס דאכט זיך זיי אז זיי זענען אראפגעפאלן, זאגט דער רבי - "וּבֶאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל, רַק מֵחֲמַת שֶׁצְּרִיכִין לַעֲלוֹת מִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה, וְאָז מִתְעוֹרְרִין וּמִתְגַּבְּרִין מֵחָדָשׁ הַקְּלִיפּוֹת, שֶׁהֵם הַתַּאֲווֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְהַדִּמְיוֹנוֹת וְהַמַּחֲשָׁבוֹת וְהַמְּנִיעוֹת כַּנַּ"ל, עַל כֵּן צְרִיכִין לְהִתְגַּבֵּר בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ", אז באמת איז דאס נישט קיין נפילה, דאס איז נאר א דמיון וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אינעם מענטש ווען ער איז מצליח און ער קען שוין גיין ווייטער אין די קדושה, דעמאלט מאכט ער אז דער מענטש זאל האבן חלישות הדעת, ספיקות און מניעות וכו', אבער מען טאר נישט קוקן אויף דעם נאר ווייטער דינען דעם אייבערשטן.


היינט ביינאכט איז דא א חתונה אין ישיבה צווישן אנשי שלומינו; די שמחה איז אזוי גרויס, די שמחה איז אז מיר האבן א רבי וואס געבט אונז שכל ווי אזוי צו לעבן. מוהרא"ש האט אונז געשפאלטן דעם קאפ, עד כדי כך, ער האט אונז ממש ארויסגענומען חוץ לישוב, מיר קענען חתונה מאכן אן חובות, אן קראנק ווערן; קום קוקן ווי אזוי מען קען חתונה האבן אן קיין חובות, אן קראנק ווערן.


מארגן איז דא נאך א חתונה; דאס איז שוין א גרעסערע חידוש, די מארגנדיגע חתונה זענען די משפחות פון אנדערע קרייזן, נאר די חתן כלה זענען ביידע מקורב צום רבי'ן און ביידע ווילן חתונה האבן ביים רבי'ן.


די ישיבה איז צוריק אין וויליאמסבורג, די בחורים לערנען פלייסיג. עס איז א מחי' אריינצוקומען אינמיטן טאג זען די הערליכע בילד ווי עס זיצן צענדליגער בחורים אן קיין משגיחים, אן גארנישט; זיי זיצן און לערנען זייערע שיעורים כסדרן אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), די שיעורים גייען אן ווי געווענליך.


איך האף דו האסט שוין אנגעגרייט א טיקעט מיט א וועג אנצוקומען קיין אומאן, איך האף דו וועסט זיין מיט אונזער חבורה אין אומאן, איך ווארט דיר צו זען ביים רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.