מכתב יומי
י חשון תשע"ח
October 30 2017
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת וירא, י' מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
אין יעדע ישיבה אין יעדע סביבה זעט מען ווי קינדער ווערן שוואכער, עס פאלן נשמות עס פאלן קרבנות, עס האלט שוין ממש ביי כלות; וואס איז די עצה, וואס איז די סגולה, קינדער זאלן בלייבן אויפן דרך הסלולה, נישט אראפ גיין פון וועג, אלע יארן און טעג, טון נאר וואס מען מעג? זאגן משניות דאס געבט א חיות, צו בלייבן מיט די בארד און פיאות, יעדע משנה יעדע פרק, דאס ברענגט צוריק צום אייבערשטן. מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואס משניות טוט מיטן מענטש; עס וואשט אויס דעם מענטש פון אלע זיינע משוגעת'ן, עס מאכט אז דער מענטש זאל האבן א לויטערע קאפ, עס געבט שכל פארן מענטש, און עס רייניגט דעם מענטש פון אלע זיינע עבירות.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קכ.) אויפן פסוק (ישעיהו ג, ז) "וּבְבֵיתִי אֵין לֶחֶם וְאֵין שִׂמְלָה" – זֶה שֶׁאֵין בְּיָדִי לֹא מִקְרָא וְלא מִשְׁנָה וְלא תַּלְמוּד", א מענטש וואס לערנט נישט יעדן טאג אביסל חומש, א פרק משניות און א דף גמרא, דער מענטש איז דער גרעסטער ארעמאן; נאך זאגן חז"ל (נדרים מא.): "אֵין עֳנִי אֶלָּא מִן הַדַּעַת", ווער איז אן ארעמאן? דער וואס האט נישט קיין שכל; א מענטש וואס טראכט נישט פון תכלית דער איז אן ארימאן. ווען א מענטש לערנט נישט קיין תורה, און טוט נישט קיין מעשים טובים, ווען ער וועט אוועק גיין פון דער וועלט וועט ער זיין ארעם. אין בית החיים נעמט מען נישט מיט קיין געלט מיט קיין הייזער, דארט נעמט מען נאר מיט תורה ומעשים טובים, דערפאר בעט איך דיר זייער אחי היקר, זע אריינצוכאפן אביסל תורה יעדן טאג.
דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.
ווען דער רבי האט דאס געזאגט, האט ר' נתן געפרעגט דעם רבי'ן: "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן?" האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס; אפילו א מענטש וואס ווייקט זיך אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב דער מענטש וועט לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער ווערן אן ערליכער איד!"
יעצט הייבט זיך אן דער ווינטער זמן; אנשי שלומינו האבן נאך געזאגט פון הייליגן צדיק רבי פנחס'ל קאריצער זכותו יגן עלינו, אז ער פלעגט רופן די ווינטער נעכט: "די גאלדענע נעכט", ווייל עס איז זייער א גוטע צייט ווען א מענטש קען לערנען תורה. אז מען לייגט זיך שלאפן פרי שטייט מען אויף פרי, קען מען לערנען שיעורים כסדרן. מען קען זוכה זיין צו לערנען מקרא, משנה, גמרא, מדרש וכו' וכו' - אדער לערנט מען ביינאכט אין שטוב, אדער אינדערפרי, יעדער איינער ווי אזוי עס איז אים גרינגער און באקוועמער.
אין ברסלב איז דא א ליד: "יארן יארן אווי זענט איר פארפארן, צי זענט איר אין וואסער דערטראנקען געווארן, צי זענט איר אין פייער פארברענט געווארן, טוט מיר מיין הארץ ברומען"; זע אז דו זאלסט נישט דארפן זינגען דעם ליד אויף דער עלטער, נאר עס זאל זיין ביי דיר פילע טעג, אזוי ווי עס שטייט (בראשית כד, א): "וְאַבְרָהָם זָקֵן בָּא בַּיָּמִים", אברהם אבינו איז געקומען מיט אנגעפילטע טעג, יעדן טאג איז געווען אויסגעניצט מיט תורה תפילה, מצות ומעשים טובים.
איך דארף גיין פארלערנען פאר די בחורים, איך קען נישט מאריך זיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.