מכתב יומי

י טבת תשע"ח

December 28 2017

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויחי, י' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז עשרה בטבת, א טאג וואס מיר פאסטן אויפן חורבן בית המקדש; אין דעם היינטיגן טאג עשרה בטבת האט מען איינגעבראכן דעם מויער פון ירושלים, די צרות האבן זיך אנגעהויבן, ביז עס האט זיך ליידער געענדיגט מיטן חורבן בית המקדש.


דארפן מיר תשובה טון, און זען צוריק אויפצובויען דעם בית המקדש דורכדעם וואס מיר וועלן מגלה זיין פאר די גאנצע וועלט דעם הייליגן רבינ'ס עצות; דער רבי לערענט מיט אונז אז מיר זאלן לעבן מיט אמונה, מיר זאלן וויסן אז גארנישט פאסירט נישט פון זיך אליין, עס איז נישט דא קיין טבע, מקרה, מזל, נאר אלעס איז דער אייבערשטער, ער פירט דער וועלט מיט א פונקטליכקייט, בצדק ובמשפט בחסד וברחמים.


היינט איז דער יארצייט פון אונזער טאטע, אונזער רבי - ר' נתן זכר צדיק וקדוש לברכה; ר' נתן האט אונז געלאזט צוואה מיר זאלן עוסק זיין אין פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות פאר די וועלט. מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואס אידישע קינדער מאכן מיט, יעדער איינער האט זיך זיינע צרות, מענטשן גיין ארום זייער צעבראכן און צעריסן, און מיטן רבינ'ס עצות קען מען יעדן איינעם מחי' זיין.


דער רבי האט אונז געגעבן אן עצה, וואס ווער עס געוואוינט זיך צו צו דעם, לעבט א חיים טובים, די עצה הייסט "התבודדות"; דאס הייסט, אז א מענטש זאל יעדן טאג גיין אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, א פלאץ וואו קיינער שטערט נישט, און דארט זאל מען זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן, זיך גוט אויסוויינען צום אייבערשטן.


דערפאר, אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן דארפן מיר פאלגן דעם רבי'ן; עס איז נישט גענוג אז מען גייט צום דאקטער, מען דארף נעמען די מעדיצין וואס דער דאקטער פארשרייבט. דאס זעלבע איז דא, אז מען קומט צום רבי'ן איז נישט גענוג סתם זיך צו פאררופן "איך בין א ברסלב'ער חסיד", מען דארף פאלגן די עצות פון רבי'ן.


דערפאר זאלסטו פאלגן דעם רבי'ן, זאלסט פארציילן פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, רעדט צו אים אויף די שפראך וואס דו ביסט צוגעוואוינט צו רעדן, וועסטו זיכער זען בקרוב דיין ישועה. ר' נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "וּבְחָנוּנִי נָא בָּזֹאת, אויב א מענטש וועט רעדן צום אייבערשטן און בעטן אויף א זאך פערציג טעג, וועט ער עס זיכער באקומען".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.