מכתב יומי

י טבת תשע"ט

December 18 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, צום עשרה בטבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


היינט געפאלט דער יארצייט פונעם הייליגן רבי נתן זכרונו לברכה; מוהרא"ש פלעגט אונז יעדעס יאר ביי די יארצייט מעורר זיין אז מיר זאלן זיך מאכן א שיעור אינעם ספר הקדוש "ליקוטי הלכות". מוהרא"ש האט דערציילט אז ווען מען האט געברענגט פאר רבי נתן דעם ספר "של"ה הקדוש" האט רבי נתן זיך אנגערופן בזה הלשון: "די וועלט זאגט אז דער ספר איז א 'כל בו', ווייל עס ענטהאלט חומר פון אלע עניינים - הלכה, מוסר, קבלה, וכו' וכו', אבער מיין ספר לקוטי הלכות איז דער 'גן עדן' פונעם אייבערשטן"; ווייל ווער עס לערנט דעם ספר "לקוטי הלכות" ווערט אזוי שטארק מחוזק, אז גארנישט אויף דער וועלט קען אים צעברעכן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געזאגט אז זיין גאנצע כח און התחזקות מיט וואס ער האט זיך דערהאלטן ווען אלע האבן געקריגט אויף אים מבית ומחוץ – האט ער גענומען פון דעם וואס ער האט זייער אסאך געלערנט ליקוטי הלכות. עס איז געווען א תקופה פון דרייסיג חדשים וואס מוהרא"ש האט געלערנט און מסיים געווען יעדן חודש דעם ספר ליקוטי הלכות, פון דעם האט מוהרא"ש ארויסגענומען דעם תמצית און געשריבן די הייליגע בריוו פונעם ספר 'אשר בנחל', וואס מוהרא"ש האט געזאגט אויף דעם: "מיינע בריוון און ספרים איז דער אייבערשטער אליינס"; ווייל ווער עס לערנט די בריוון און קונטרסים דארף שוין גארנישט אויף דער וועלט, ער הייבט אן לעבן מיט א שטארקע דביקות אינעם אייבערשטן און ער ווערט נישט צעבראכן פון גארנישט.


דעריבער וויל איך דיר מחזק זיין אז דו זאלסט זיך מאכן א שיעור אינעם ספר: "אשר בנחל" וואס איז דער תמצית פון הייליגן רבינ'ס ווערטער און פון רבי נתן'ס ווערטער. דאס וועט דיר מחזק זיין צו קומען אין שול דאווענען יעדן טאג אלע דריי תפילות מיט מנין; דאס וועט דיר שלעפן צו לערנען יעדן טאג מקרא, משנה, גמרא, מדרש הלכה וכו' און עס וועט דיר דערמאנען און אויפוועקן צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


אויך וויל איך דיר מחזק זיין דו זאלסט אנהייבן עוסק זיין אין הפצה, וואס מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט דערפון. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, יח): "כָּל הַמְּזַכֶּה אֶת הָרַבִּים, אֵין חֵטְא בָּא עַל יָדוֹ", ווער עס איז מזכה א צווייטן איד ווערט געראטעוועט פון עבירות; עס ברענט א פייער וואס מענטשן ווערן פארברענט יעדע רגע, בחורים גייען נעבעך אראפ פון וועג און מיידלעך גייען ארויס לתרבות רעה, זיי ווילן שוין קיינעם נישט אויס הערן, נאר דער רבי האט צו זיי א שפראך, די ווערטער פון רבי'ן ברענגט זיי צוריק. דערפאר מיט דעם וואס מען גייט הפצה און מען פארשפרייט די הייליגע עצות פון רבי'ן קען מען ראטעווען די גאנצע וועלט.


ברוך השם אז מיר האבן זוכה געווען אויף צו שטעלן א "בית הדפוס" אין ישיבה וואו מען דרוקט ספרים און קונטרסים א גאנצן טאג אן א אויפהער; ווען מוהרא"ש איז אריין געקומען די ערשטע מאל אין "בית הדפוס" האט ער געהאט א ברייטע שמייכל אויפן פנים און ער האט געזאגט: "רבי נתן וואלט זיך מחי' געווען מיט אזא 'בית הדפוס'"; און יעדעס מאל ווען עס איז געווען א שמחה אין ישיבה אדער א מלוה מלכה וכדומה וואס מוהרא"ש האט אנטייל גענומען האט ער נאר געוואלט זען דעם "בית הדפוס"; דאס איז געווען מוהרא"ש'ס גאנצע חיות: דרוקן און פארשפרייטן די ספרים פאר אלעמען!


איך וויל אויפשטעלן תלמידים וואס זייער גאנצע וועזן זאל זיין ארום צו גיין מיט איין מחשבה: 'ווי אזוי קען איך העלפן נאך א איד? וואס קען איך טון אז מיין שכן זאל האבן שלום בית? וואס קען איך טון אז נאך א איד זאל וויסן אז ער קען אויך לערנען?' יעדן אינדערפרי ווען דו שטייסט אויף זאלסטו אנהייבן דיין טאג מיט דעם מחשבה: 'וואס קען איך 'היינט' טון פאר א צווייטן איד?' טראג שטענדיג מיט דיר ספרים, סידי'ס, קארטלעך, עצתו אמונה, וכדומה אז ווען דו טרעפסט א צווייטן איד זאלסטו אים קענען מחי' זיין.


היינט צו טאגס איז שוין נישט קיין בושה צו מפיץ זיין די ספרים, היינט זעט שוין יעדער איינער וואס די ספרים טוען אויף - אז דאס איז די איינציגסטע הצלה פארן דור און פאר די קומענדיגע דורות. עס דרייען זיך ארום יונגע בחורים און מיידלעך מיט סמארט-פאונס און קוקן עבירות ביז זיי טרעפן זיך מיט עבירות בפועל, און אלע חכמים שטייען מיט פארלייגטע הענט אובדי עצות, זיי ווייסן נישט וואס צו טון, און נאר די עצות פון הייליגן רבי'ן, נאר די עצות וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעגעבן קען ראטעווען דעם דור.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.