מכתב יומי
י טבת תשפ
January 07 2020
‹ ›[די ביינאכט בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת ויחי, עשרה בטבת, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
ביי אונז ברסלב'ע חסידים האט מען נישט גורס געווען די זאך פון ניטל; סיי מען האט געלערנט און אויך אויף וכו' וכו'.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ג' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
נעכטן נאכט זענען מיר זיך צוזאמגעקומען אין מאנסי פראווען די יארצייט פון אונזער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה, מיר האבן דערציילט דעם סיפור ווי אזוי רבי נתן איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן. ער איז אריין צום רבי'ן דערציילן אלעס וואס גייט אריבער אויף אים און דער רבי האט אים גענומען אויף א שפאציר, אזוי גייענדיג האט דער רבי ארויף געלייגט זיין האנט אויף רבי נתנ'ס אקסל און אים געזאגט אפאר ווערטער: "און ווייטער איז גוט אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטער חבר"; דער רבי האט אים דעמאלט מגלה געווען די זאך פון התבודדות, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן און אים אלעס דערציילן, מען זאל גארנישט פארהוילן פונעם אייבערשטן. דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן אז אויב ער וועט זיך צוגעוואוינען זיך צו פירן מיט די הנהגה, וועט אים אלעס גיין גרינגער און ער וועט האבן א זיס לעבן.
רבי נתן זכרונו לברכה האט שפעטער דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויף געלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער: 'און ווייטער איז גוט אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטער חבר' האב איך פארשטאנען אז איך בין שוין א געהאלפענער, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבער גיין אויף מיר וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר גיין צום אייבערשטן און אים אלעס דערציילן".
ווען א מענטש הויבט אן פאלגן דעם רבי'ן, ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן, ער דאנקט אים אויף אלעס וואס ער האט, ער בעט אויף אלעס וואס ער דארף און דערציילט אים אלעס וואס עס באדערט אים, און אז ער איז אראפ געפאלן און געטון שלעכטע מעשים דערציילט ער דאס פאר'ן אייבערשטן און ער בעט דעם אייבערשטן ער זאל אים מוחל זיין - אזא מענטש לעבט שוין דא בזה העולם אין "גן עדן", אזא מענטש לעבט א חיים טובים, ער לעבט מיט אמונה, ער ווייסט אז קיינער קען אים נישט טשעפען און קיינער קען אים נישט שלעכטס טון.
אויך האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון דרוקן דעם רבינ'ס ספרים; מען פלעגט זיך פירן ביי אנשי שלומינו צו מאכן אן התעוררות ביי רבי נתנ'ס יארצייט פאר הדפסה, ברוך השם עס איז געווען א גרויסע התעוררות צווישן אנשי שלומינו צו העלפן דרוקן אשר בנחל.
דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען יעצט צו העלפן דרוקן אשר בנחל, איך האב נארוואס געהאלפן דרוקן חלק קע"ה און קע"ו, און יעצט האב איך געשיקט געלט פאר נאך צוויי בענדער חלק קע"ז און קע"ח; אז דו ווילסט קענסטו האבן א חלק אין די גרויסע מצוה פון דרוקן און פארשפרייטן די בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן מיט מסירות נפש צו מחזק זיין אידישע קינדער, מוהרא"ש האט מבטיח געווען אז ווער עס וועט געבן געלט צו דרוקן דעם ספר "אשר בנחל" וועט זען גרויסע ניסים.
אויך האבן מיר זיך מחזק געווען מיט'ן סדר דרך הלימוד וואס דער רבי האט אונז געגעבן (שיחות הר"ן, סימן עו), מיר זאלן לערנען תורה יעדן טאג אפילו מען פארשטייט נישט און אפילו מען איז פארנומען; אפילו מען האט אלע תירוצים אויף די וועלט זאל מען לערנען שיעורים כסדרן בכל התורה כולה.
א שאד זאלסט נישט לערנען אביסל חומש יעדן טאג; קוק ווי מיר האלט שוין, מען האלט שוין נאכאמאל ביי: "חזק, חזק, ונתחזק"; אז מען פאלגט וואס שטייט אין שלחן ערוך - מען נעמט א חומש יעדן טאג און מען הייבט אן אנהייב וואך, מען איז מעביר סדרה זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער, ענדיגט מען יעדע וואך די סדרה, ביז עס גייט אריבער אפאר וואכן ענדיגט מען א גאנצע סדר.
איך בעט דיר זייער נעם אויך א חומש יעדן טאג; הייב אן מעביר סדרה זיין פון אנהויב וואך, יעדן טאג אביסל, וועסטו האבן הצלחה. געדענק וואס מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט: "א וואך וואס מען איז נישט מעביר סדרה וועט מען עס שפירן חס ושלום, און פארקערט - א וואך וואס מען איז מעביר סדרה, האט מען הצלחה".
איך האב אסאך צו שרייבן, איך האב אבער נישט קיין צייט, איך דארף אריין לויפן צו די בחורים זיי מחזק זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן א צווייטע מאל אם ירצה ה'.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.