מכתב יומי

י כסלו תשע"ח

November 28 2017

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האף אז דו לערנסט נאך דיינע שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן.


דער רבי האט אונז געגעבן א גרינגע וועג צו לערנען, א וועג ווי אזוי יעדער איינער קען זוכה זיין צו לערנען - פון דעם גרויסער למדן ביזן שוואכסטן קאפ. דער רבי האט זייער געוואלט מען זאל לערנען כסדרן דוקא, דאס הייסט מען זאל נישט גלייך איבער חזר'ן נאר קודם ענדיגן ביזן סוף, ערשט דעמאלט זאל מען אנהייבן נאכאמאל פון אנהייב. אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען אויף דעם וועג איז מען זוכה צו לערנען זייער אסאך.


אפילו דו ביסט פאריאגט און פארפלאגט, דאך זע ארויס צו כאפן אביסל תורה יעדן טאג. אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, זאלסטו זאגן די ווערטער פון די תורה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה יט.): "לְעוֹלָם לִיגְּרִיס אִינִישׁ, וְאַף עַל גַּב דִמְשַׁכַּח, וְאַף עַל גַּב דְּלֹא יָדַע מַאי קָאָמַר", א מענטש זאל לערנען אפילו ער פארגעסט וואס ער לערנט, און אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט. נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (שבת סג.): "לִיגְמַר אִינִישׁ, וַהֲדַר לִיסְבַּר", קודם דארף מען אסאך זאגן די ווערטער, און נאכדעם קומט מען צו פארשטיין.


וואס זאל איך דיר זאגן, ווער עס פאלגט דעם רבי'ן, ער לערנט אויף דעם וועג (שיחות הר"ן, סימן עו) איז זוכה צו ענדיגן כל התורה כולה ביז א קורצע צייט, מען איז זוכה צו גאר שיינע זאכן. מען דארף נאר אוועק לייגן אלע חכמות, אלע קשיות, איז מען זוכה צו גאר שיינע זאכן.


זיי געזונט און שטארק.